רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 17 ביוני 2018

חסיד סקווירא מלונדון עונה לחסיד סקווירא מסקווירא על הסבריו מדוע נאבק האדמו"ר שחרדים לא יגורו במרחק של מייל מקרייתו

צו מיין באליבטער חבר "מאז ולתמיד" החוסה בצילא דמהימנותא, חצרות קדשנו ק"ק סקווירא יצ"ו,

ווי שטענדיג, האב איך זיך זייער געפרייט צו דיין שרייבן, אבער צום באדויערן, ווען איך האב אהנגעפאנגען לייענען דעם אינהאלט בין איך געווארן זייער אנטוישט, בעיקר אין דיר. איך האב געהאלטען מעהר פון דיר...

עס איז שוין באלד שבת ביי אונז, וועל איך מקצר זיין, בפרט ווען דער סוגיא איז הקיצור יפה לה, וד"ל...

דער גאנצער ענין פון פארלאנגען א "יודען-ריין זאנע" איז נישט געהערט געווארן זייט נאצי-דייטשלאנד!!

בושנו מכל עם!!! עס ווייטאגט מיר אז מיר זענען נאך דערצו מטיל דופי און תולה דעם סירחון אויפן רבין זצ"ל, אז מיר הענגען עס אהן אויף זיין הייליגן נאמען. תסמרנה שערות ראש. אוי לאותה בושה!!!

ביזט מאריך בדברי הבל וסרק, אהן א בפירוש'ער מימרא פונ'ם רבין זצ"ל אז ער זאל האבן אזעלעכס געזאגט. מאכסט עס זייער עמאציאנאל, צו פארבלענדן די אויגן פונם לייענער. איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט. צו האלטסטו מיך פאר אזא נער?

סך הכל האט דער רבי זצ"ל געבעטן בתחנונים אז כ"ק אדמו"ר שליט"א זאל היטן אויפן הייליגן שטעטל. דער רבי קען נאר היטען אויב די שכנים זענען גוים?

פלעגסט מיר נאך זאגן פון דיין טאטען נ"י אז עס ווייטאגט איהם ווי ווייט דאס שטעטל פיהרט זיך נישט לויטן ציהל פונם מייסד הקדוש זצ"ל. פלעגסט מיר נאכזאגן פון איהם אז הלואי וואלט פארן רבין שליט"א געגאנגען אין לעבן אריין דאס כבוד פון זיין טאטן אפילו נאר א צעהנטל פון וויפיהל עס גייט אין לעבן אריין פאר רבי מאטעלע (כ"ק בעל אור מרדכי מוויזניץ זצ"ל)... האסט שוין פארגעסן? איך געדענק!

איך זעה ווי בהמשך פאטשקעסטו מיט הרה"ק רבי מאטעלע זצ"ל. דו האסט מיר כמ"פ נאכגעזאגט פון דיין טאטן אז אדאנק איהם וויסן מיר בכלל אז דער רבי זצ"ל האט עקזיסטירט!

איך בעט דיך אלס חבר נאמן, לאז דיך אפ פון דעם נושא וואס פארשעהמט סקווירא, און אז דו ווילסט דוקא יא זיך שרייבן דערוועגן, שרייב כאטש צו טעמבלעך, נישט צו מיר.

דיין לאנדאנער חבר בק"ק תוי"י

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.