רשימת הבלוגים שלי

יום חמישי, 17 במאי 2018

לאנדאן ווערט שוין אביסל אמריקה'ניזירט





איך קען נישט צייגן מיט'ן פינגער אויף וועם ווער ס'האט דא אנגעברענגט דעם נייעם לעבן'ס גייסט אין לאנדאן. ס'קען זיין די השפעה פון די הונדערטע אימפארטירטע איידימעס און שנירס. און ס'קען אויך גאר זיין דאס איז פשוט דעם לעבנס גלוסט פון א פרישער און געזונטערער דור..  
ס'מאכן גוט אופ'ן הארץ צו זעהן ווי יודן ''לעבן'' אויף די וועלט.. מער נישט דער פארצרה'טע זויערע פרצופים איבער די הויפענעס פון מיליאנען וואס דער אלטער דור האט דא געשארט פון די פראפערטי שפיהל (איך רוף דאס במכוון נישט בשם ביזנעס. ווייל צו פיהרן א ביזנעס ברויך מען האבן עפעס אביסל שכל, אבער אין פראפערטי האט מען נישט געברויכט מער ווי עפעס קליין געלט ווייל די בענק האבן צוגעשטעלט ביז אכציג ניינציג פראצענט, קויפן אפאר הייזער אין די ליציטאציעס און.. זיצן זיך קראצן און טוהן גארנישט!! אזוי יעדער שמויגער וועלכער האט געהאט אדער געבארגט טויזנט פונט פערציג יאר צוריק איז היינט א מולטי.. און דיע משפחות וועלכע זענען שוין געווען דא זעכציג יאר צוריק דארט רעדט זיך שוי ווילדע עשירת'ן) וכל זה איננו שוה לי.. נישט פאר זיי, נישט פאר זייערע ווייבער און קינדער ועאכו''כ  נישט פאר יענעם.. געוואוינט ווי מלמדים זיך אנגעאטאן ווי שנארערס און געקוקט איבער די פאליצעס פון די שפייז געשעפטן מיט נתנה תוקף אויגן, באדויערט די פרייזן און אהיים געגאנגען מיט האלב ליידיגע טארבעס ווי גראשנלאזע פענסיאנערן..  מיטאמאל היה אור במושבותם דער נייער דור וועלכער האט מיט צען פינגער אויפגעשטעלט און זיך מפרנס פון אלע ערליי 'קלוגע' ביזניסעס, זיי דרעסן לייטיש פאהרן הערום מיט אנשטענדיגע קארס פיעצ'קען זייערע ווייבער, ולא יאומן כי יסופר אין די דאזיגע געוועזענעם עצבות-לאך וועלכער הייסט סטמפורד הילל זענען היינט דא עטליכע לעבנהאפטע ביוטיק'ס פון די וועלט'ס טייערסטע כשר'ע משקאות, קונסטליכע בעקערייען. חסל סדר ווייסע-ברויט מיט צוקער ויקרא שמו בישראל קייק. נאר די בעסטע און די פיינסטע איראפייאישע געבעקס.. גרודז'ינסקי איז אפען און סערווירט דאס בעסט ביז לחוך השור  און דער עולם קויפט און שמייכלט אשרי העם שככה לו.  
אמת, די אלטע בעלי שיטה מיט די איכה אויגן קרומען דאס פיסק ווייל זיי ''האלטן נישט'' פונ'ם נייעם הלוך ילך אבער ס'העלף זיי נעביך א קדחת, ווייל סאיז שוין דא א גענוג א גרויסער ציבור פאר וועלכע זיי מיט זייערע 'השקפות' און שטיל זענען שוין לאנג מאוס ונמאס..
איך האב דאס אלעס מקדים געוועזן צום עיקר סיפור פון די וואך אין אונזער קהילה: דער ערשטער J Trade יריד אין ק''ק לאנדאן אוואו הערום צוויי הונדערט היימישע בעלי מסחרים האבן אויגעשטעלט זייערע ספעציאליטעטן און צוויי טויזנט היימישע אידן זענען געקומען זעהן, לערנען און זיך פארבינדן. א קלאסישער איראפייאישער טרייד-פייר פון אידן פאר אידן אין די סאמע טשאלנטלאנד.. און נישט בלויז פראפעשיאנעל מיט אלע פיצ'יווקעס נאר אויך אידישע ברייטהארציגע האספיטאליטי. גרודז'ינסקי האט דארט געפיהרט א בייקערי שאפ מיט הייסע קאוועס חינם אין כסף. און אויס ס' האט זיך איינעם פארגלוסט א ווארמא פליישיגע סענדוויטש? קיין שם פראבלעם נישט! נאר בשפע פון אלערליי פליישן און גערויכערטס מיט פלוני ופלוני'ס קאמפלימענטס..וכו' וכו' ועל כולם, די אוסשטעלערס זענען אהיים געגאנגען מיט שטערנס אין די אויגן ווייל די ביזניס איז געווען גוט!! און איך האב קיין ספק נישט דאס אין הימל איז מען אויך געווען צופרידן. נו, זעהט איר אידן מען קען אזוי אויך..

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.