רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 6 ביוני 2017

הזאלונים הורגים אחד את השני

מאת סאטמארי

די זאליס רייסן זיך ביי די קעפ! עס איז דא דארט מער פראקציעס ווי מענטשען, שמואל ט"ב זאגט אז די כינוס איז געקענסעלט, יצחק שטערן שווערט זיך אז נישט, זאלי איז מתפלל בתחנונים אז שטיינמאן זאל כאפן א נערווען בראך אנשטאט אים, משה גבאי שרייט אז מען דארף אונטער צינדען די בארקעלי זאל און פטור, אברהם בער יאקאבאוויטש שרייט שוין ענדישער אז די בחורים זאלן גיין אין צה"ל ווי אזאנע בושות, הערשל קלאר זאגט אז ער גייט נישט ליגן אין פאלאקס טאמער מען קענסעלט עס, ישעי' ווייס זאגט אז די רבי זי"ע לאזט עס נישט קענסלען, מרדכי דוד ווידער זאגט אז די ברך משה זי"ע לאזט עס נישט קענסלען, יעקב בער זאגט אז עס איז געקענסעלט און מען זאל איין לייגן די געלט פון די טיקעטס ביי אים, שאול פערלשטיין זאגט אז קהל האט עס נאך נישט פראטעקעלירט, אייזיק דאסקל זאגט צו עס וועט יא זיין צו נישט דארף מען אים באצאלען, מאיר ראטה זאגט מלכיאל קאטלער האט אים געזאגט אז ער קומט, קוטשי וואלי פארט באלד ארויס כאפן א פלאץ, צימערמאן גייט פראטעסטירען צו עס איז געקענסעלט צו נישט, מנשה פילאפף זאגט אז ער גייט נאר טאמער מען גייט האקן אויף שטיינמאן, דער ראב"ד זאגט אז ער האט בכלל נישט געוואוסט אז עס גייט זיין א כינוס, מייליך שטערן שרייבט שוין אן ארטיקעל וואספארא חטאים ר"ל האבן גורם געווען אז מען האט געקענסעלט די כינוס, ליפא קרויס זאגט אז ער גייט אפילו אליין, דער קראדער פארט איצט ארויס צום ציון הק' פונעם וועגשיידער מתפלל זיין אז עס זאל נישט זיין געקענסעלט, יודעלע וויינשטאק זאגט אז די אומזינסטע נאכטמאל פונעם כינוס ברויך ער ווייטער באקומען, זלמן לייב פילאפף וויינט ביטערלעך און שרייט עס איז ארגער ווי תשעה באב, יואליש מארגענשטערן זאגט אז עס טוט וויי שרייט מען, חיים שלמה ווערטהיימער זאגט אז ווילאנג די קאמישענער אוו דיד באשטעטיגט נישט אז עס איז געקענסעלט גייט אלעס ווייטער אן, יודא אליעזר יאקאבאוויטש שרייט מען דארף אנטלויפן קיין צרפת פאר בושות, אזוי דרייען זיך ארום די זאליס ווי פורים ביינאכט, נישט וואוסענדיג צו די גזירת גיוס איז ארגער ווי די גזירת בארקעלי...

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.