אל כבוד ידידי היקר ר' -------- הי"ו
קודם כל בואכם לשלום שוין איצט פון פאראויס ווייל שבת זעהט נישט אויס מיר זאלן זיך זעהן צווישן אזא ציבור וואס איז דאהי ערווארטעט, און אויף דיין פראגע וועל איך דיר שיקן דא וואס כ'האב געשריבן פאר א קרוב אין חו"ל וואס האט מיר געבעטן איך זאל איהם שרייבן אביסל וואס דאס מיינט שבת מירון, און מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות.
לאמיר דיר מסביר זיין מיין קוק אויפן מצב הנורא וואס רופט זיך 'מירון-פקודי'!!!!!, דער עולם איז מלא התרגשות כרימון, יעדער היסטאריקער און בר דעת פון די ברייטע וועלט פארשטייט אז דא גייט זיין בעזהי"ת א וועלט'ס היסטארישע שבת, עס גייט זיין די גרעסטע איין-פארביג חסידישע עולם אין מירון וואס ס'איז נאכנישט געווען זייט דער בעש"ט הקדוש האט אפגעלאזט זיין מלומדות פאך און מגלה געווען תורתו הקדושה.
און בפרט מיט א קוק אויפן טעכנישע חלק איז נאכנישט געווען קיין 'שבת ביי רבי שמעון', אמת, עס איז שוין געווען אסאך 'שבת-מירון'ס' אבער נישט ביי "רבי שמעון", ווי למשל באבוב און סקווירא וואס האבן געפירט די לעצטע גרויסע שבתים אינעם דארף מירון, דאס מיינט למשל אז סקווער האט אריינגעלייט 2 חסידישע משפחות (אפשר אויך דארפס-לייט) גאלדמינצער מיט אונגאר וכו' ביי מירונער דארפס לייט משפחת חצרוני און משפחת דובדבני, און דער רבי האט געפירט א ווארימער שבת אין א שאטער וואס איז געווען נענטער קיין צפת ווי צום ציון פון רבי שמעון (אפשר גאר דירעקט ס'זאל זיין מכוון נגד די טאלנער קלויז אין צפת...) אבער א גאנץ שבת האט מען נישט געהאט קיין שייכות מיט רבי שמעון און זיין הייליגן ציון, אזוי אויך באבוב האט גענומען אסאך משפחות זאפערן מיט בייגעל וכו' אין ארייגעלייגט אינעם מירונער דערפל און געפירט טיש מיט א תנו שבח קלאטשעריי אין א שאטער ערגעץ ווי אין מירון.
משא"כ דא גייט זיין די ערשטע מאל א 'שבת ביי רבי שמעון'!!!!!!!!!!. מ'האט געבויעט א שאטער אויפן אדמת קודש אליינס ממש סמוך ונראה צום ציון הקדוש (אסאך נענטער ווי דער ישיבה אין קר"י פון הושיבו ישיבה על קברו, און דאס האט טאקע אפגעקאסט איבערמידליכע כוחות און השתדלות פאר די עסקנים אין בני ברק און אסאך אסאך שייגעץ-שטיק..וד"ל) וואס דאס איז ספציעל געמאכט אז מ'זאל קענען א גאנצע צייט זיין מיט די מירונער הרגשים וואס דאס מיינט און 4 ווערטער : 'זיין ביי רבי שמעון', און האבן די געלעגנהייט פון דאווענען מיטן רבין ביי רבי שמעון, עסן ביי רבי שמעון, א אויסגעוויינטע תהלים ביי רבי שמעון, א כגוונא ... וכל דינין מתעברין מינה... ביים בעל המימרא רבי שמעון, זכור את יום השבת לקדשו.... הוי... רבי שמעון פתח ואמר....., א 'נשמת' ביי רבי שמעון, א לב נשבר ביי רבי שמעון, א הארץ געשריי ביי 'עד הנה עזרונו ... ואל תטשינו לנצח....' ביי רבי שמעון, א בריך שמיה....ותיהב לי בנין דכרין דעבדין רעותך.... ותשלים משאלין דלבאי.... ביי רבי שמעון, עסן א סעודת שבת ביי רבי שמעון, א תפילת השל"ה און אפילו נאר זאגן א 'ויתן לך' ביי רבי שמעון, און דער עיקר טאנצן און אויסבעטן מתוך שמחה ביי רבי שמעון, (וואס די הרגשה איז זיכער נישטא אין קיין שום מקום שבעולם ממש, דאס אז מ'פילט אז מ'פועלט ביים טאנצן נישט ווייניגער ווי ביי תהלים, און אפשר נאכמער...).
ידידי היקר! ס'איז א נייע דערהער, מ'שפאצירט ביי קעניג אין גארטן א גאנצען שבת קודש!, יעדע איינס פאר זיך איז שוה א נסיעה, על אחת כמה וכמה ווען כולהו איתניהו בהו, רבי אלעזר בריזל פון ירושלים פלעג נאכזאגן פון פארצייטישע אידן, אז א איד קומט צו רבי שמעון אויף שבת, איז א סימן אז רבי שמעון האט איהם איינגעלאדנט, ער האט איהם געשיקט א איינלעדנונג'ס-קארטל פערזענליך, ווייל וועם ער שיקט נישט, קומט נישט אן!!!!! .
דו ווייסט דאך זיכער וואס דער הייליגער רוזינער זי"ע האט געזאגט אז ל"ג בעומר איז אינעווייניג אין די מערה יוהכ"פ און אין חצר איז שמח"ת, איך וועל דיר דאס שילדערן אין א היימישע שפראך, שטעל דיך פאר אז אין איין שבת באקומסטו, ווי פאלגענד: א התרגשות פון נשמת ווי פסח ביינאכט ביים סדר (ביי ענק די צווייטע נאכט ווען עטס זענטס אויסגעשלאפן...), א התעוררות פון אהבה רבה אין שבועות, א השתפכות פון תהלים ווי הושענא רבא ביינאכט אין הופפער, טייכן טרערן ווי ביי די תקיעת שופר אין הושענא רבא דרשה, א התלהבות טאנץ ווי ביי די זעקסטע הקפה שמח"ת צופרי ווען דער רבי מאכט 'מטה' מיטן ס"ת (אדער אפשר היינט גאר ביי די זיבעטע הקפה....), אן עלעקטריק אין די ביינער ווי ווען דער עולם שרייט ביי נעילת החג מוצאי שמח"ת 'און איך לוי יצחק בן שרה סאשא... יתגדל ויתקדש שמיה רבאאאאאאאאא', פרייליכע געפילן ווי שושן פורים ביי טיש, אלעס באקומסטו אין איין שבת קודש!, ווי איז דא א גרעסערע שטיק תענוג רוחני ווי דעם?, ווי איז דא א גרעסערע מעין עולם הבא בהאי
עלמא? ווי איז דא נאך א געלעגנהייט אין איין 24 שעה צו קאנזערווירן און קאנצעטרירן אזויפיל געהויבענע הרגשים, דאס איז די גרעסטע און שטערקסטע רוחנית'דיגע פארברענג בהאי עלמא!.
דאס וואס כ'האב געשריבן האט צוטוהן מיט די היסטארישע וועלט'ס טייל, גלייב מיר דאס פילט יעדער נארמאלער בר דעת ווען מ' פארט אליינס אויף א שבת צו רבי שמעון, אבער ביי אונז סאטמארע אידן האט דאס אסאך א טיפערע משמעות, קודם כל איז מירון די סאטמערע 'כותל המערבי', דאס איז די הייליגסטע און העכסטע פלאץ אין ארה"ק ווי מ'מעג גיין....., דאס איז די איינציגסטע פלאץ ווי א סאטמערע איד קען זיך אויסגיסן דאס הארץ אויפן גרעסטן פארנעם, על אחת כמה וכמה ווען מ'זעהט און מ'טאפט דעם רבינ'ס השתוקקות און געגועים קיין מירון וואס שטייט גרייט אויסצושיסן יעדע מינוט, מ'הערט דאס אין יעדע דרשה, וואס דאס ביי איהם א אהבה עמוקה ונושנת, (אגב, לכאורה איז ער די איינציגסטער רבי'ש קינד פון חו"ל וואס איז שוין געקומען במשך די יארן אזויפיל אין מירון ל"ג בעומר), איך רעד שוין נישט וואס מ'זעהט ביי די מעמד ההדלקה אין קר"י וואס דאס איז איינס פון די התגלות המלכות אויך נאר צוליב דעם רבינ'ס שטארקע הרגישים, און ווי ער זאגט יעדע יאר ביי די תורה אז מ'איז זיך מקשר בתורתו הק' מ'קירוב הלב' מיט אזא הייסע ברען, ווי מ'קען מיינען אז ער פלעגט קומען אלס יונגעל מיט זיין טאטן און שלאפן ביי די כאטקע פון רבי אשר זעליג ז"ל.
אשר על כן איז זייער וויכטיג זאלסט זאגן פאר דיינע חברים קלאר אין דייטליך, מ'קומט צו רבי שמעון קיין מירון דאס מיינט כולו רוחני!, אזוי ווי הוד שבהוד איז רוחני שברוחני, דאס איז נישט ווי א נסיעה קיין פולין אדער ליזענסק וואס מ'שיקט דיר א סקעדזשועל מיט בילדער פונעם האטעל פון אינדרויסן און בילדער פונעם לאבי פון אינעווייניג, בילדער פונעם ווען/באס מיט די באקוועמע זיצן וואס גייט דיך ארומפירן, און די פונקטליכע נאמען פון די קעיטערינג וואס גייט דיך שפייזן אין די טעג, דא אין מירון איז נישטא קיין שמחה קאראווסקי פון ליזענסק און א ישראל מאיר גבאי פון מעזיבוש און א פאמפ פון דינוב, דא ווייסט יעדער מ'קומט אין א דארף!!!!!, די אכסניות מהיכא תיתי, בעטן מהיכי תיתי, מקוואות מהיכי תיתי, האנטוכער מהיכי תיתי, סעודות מהיכי תיתי, א עכטע פארצייטיש תרנגולים גערויך, יא ס'איז א דארף, אבער מ'קומט זיך הייבן מיט א רוחניות'דיגע אטמאספער, א שבת קודש שכולו קודש.
[כ'וועל דיר דערציילן כ'האב אמאל געטראפן א חבר פון חוץ לארץ ל"ג בעומר נאכמיטאג אויפן בארג אין מירון, א מדושן עונג אויסגעקנעטן לחיו כערוגת הבושם וכחקל תפוחין, איך באטראכט איהם ווי ער דרייט זיך מיטן חאלאטל ווי כאילו זיין ווייב איז א אייניקל פון ר' אלעזר בן ר' שמעון, ער רעדט הויעך אינעם סעלעפאן ווי כאילו ער האט באקומען א צעטל אז 'ער האט שוין געפועלט', ער איז שוין געווען אין מקוה ביי גאלדבערגער, געגעסן סטעיק ביי אשכנזי, פת שחרית ביי פריעד, לאנטש ביי רבי יחזקאל ראטה, ער האט שוין געקויפט א מזכרת א ווייסע נא-נח קאפל פאר זיין זוהן אויף פורים, ער האט זיך שוין געפיקטשערט מיט אפאר ברעסעלאווער משוגעים, ער האט שוין אויך א פיקטשער ווי ער טיילט ח"י ראטל אין חצר ביי שניטצער, ער האט שוין אויך געגעבן אפאר דאללער פאר א סאברע, ער איז שוין געווען ביי די בויאנער הדלקה, ער האט שוין געהערט אהרל'ע סאמעט מיט מאיר אדלער אין סאסוב, און ער ווארט נאר נאך צו זעהן ווי דער רבי פון תולדות אהרן גייט קנעטן די וואטע אין די שמן, און ער גייט מאכן אפאר שיינע פיקטשערס און ער וועט דאס גלייך אריינשיקן פאר זיין יענטא אין אי-מעיל, און ער איז א געפועלטער עד הסוף...].
און איך טראכט אזוי צו מיר, ר' איד, דו ווייסט אז דא און טאקע דא איז דער אור החיים הקדוש געקראכן אויף פיר מחמת חרדת קודש!!! הגם דער וואלט אויך געקראכן אויף פיר ווייל ער איז אזוי אנגעגעסן און מפוטם מיט אלע סעודות.., דא זענען אלע דורות געקומען אידן צופארן ווען זיי האבן נישט געהאט וואס צו עסן און אויף וואס צו שלאפן, און נאך היינט קומט מען מיט א רגש קודש אן קיין גשמיות'דיגע דאגות, און דא שטייט א אידעלע וואס יתכן מאוד אז זיין שטיקל בהמה פלייש שמחת תורה (פון מיניסאוטע פארשטייט זיך) איז אסאך העכער ווי זייער מאטראץ!!!!.
ידידי טייערער, אזא איד איז נישט ביי רבי שמעון!!!!!! אויסדריקלעך ניין, יא ער איז אין מירון אבער נישט ביי ר' שמעון, דער איד וואלט אויך נישט ארויסגעגאנגען צו מתן תורה אין מדבר נאר אויב ער נעמט מיט א דינע רעקל (ס'איז געווען חודש סיון אין מדבר, הייס ווי אין אריזאנע) א פלעשל קאלט וואסער, א קליין בענקל טאמער משה רבינו וועט נישט אראפקומען גלייך, א שפאקטיוו צו קענען זעהן ווי די מלאכים לאנדען, ער נעמט אויך מיט א האנטוך ווייל אפשר וועט זיין א נעץ פון די לפידים מיט די קולות, און א פלעסטיק פאר זיין הוט וואס וועט שטויביג ווערן פון די רויטע סיני-זאמד, און ווען אלעס איז מסודר וועט ער כאפן א שלינג צו נעצן די איידעלע ליפן, און שרייען נעעעשה ונשמעעעע.
געדענק! דא דארף זיין זייער קלאר, דער ציל איז זיך צו הייבן ביי רבי שמעון, און דער תנאי קודם למעשה איז א רוחניות'דיגע קוק און א רוחנית'דיגע ערווארטונג, און דא קען טאקע יעדער איינער דאס ממש שפירן ווי דער בית אהרן שרייבט: רבי שמעון לכל 'אף לפחותים', דא קען יעדער פילן א טעם אינעם שבת, פארצייטישע צדיקים האבן געזאגט אז ביי יעדן ציון 'גלייבט' מען אז מ'הערט דיין תפילה, אבער אין מירון 'שפירט' מען אז רבי שמעון הערט דיך אויס, די הייליגע שטיין זאפט איין דיינע טרערן, די פרוכת טראגט אריין דיינע צובראכענע קרעכצן, און דיינע פוס הייבן זיך מיט ריקודי קודש אויפן העכסטן פארנעם.
איך וועל דיר מסיים זיין מיינע דיבורים מיט א ווערטל, ווען מונקאטשער רב דער מנחת אלעזר האט געשריגן אין די באוויסטע ווידיא מיט א שאגת ארי 'אידן אין אמעריקא האלט'ס שבת וועט אייך גוט זיין!!!!' האט ער געמיינט דעם שבת מירון, געדענק און חזר דיך גוט איין: נישט פלייש נישט פיש, נישט אזא בעט נישט אזא רום, נישט אזא מקוה אזא שאוער, נישט סמארטפאונ'ס און קעמערעס..., ידידי, איך זאג פאר דיר און די זאג פאר אנדערע: ברענגטס מיט נעגל שניידער'ס קליינע חק לישראל'ס, תורתך שעושעי'ס קונטרסים, מיט נר תמיד'ס און שעווה לעכטלעך, א הייליגן ברען נתעלה צו ווערן און אסאך רוחנית'דיגע כלים פאר השפעות פון שמחה און התרוממות הנפש, און דער רבי שליט"א וועט אונז הייבן משיפולא ארעא עד רום רקיעא, און מ'וועט פועלן אלעס גוט'ס לנו ולכל ישראל. .

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.