רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 18 במרץ 2016

אלה תולדות סאטמאר

מאת סאטמארי

געווען אמאל א רייכער מאן וואס האט פארמאגט לאנגע שטרעקעס פון פעלדער און וועלדער, סטאדעס פון טויזענטער ציגעלעך, קיען, גרויסע בהמות און קליינע בהמות און אסאך הינט.
דער רייכער מאן האט געהאט עטליכע זון און טעכטער, אבער ער האט זיך נאר אפגעגעבן מיט זיין עלטסטן זון, וועלכער האט אים כסדר פארדרייט דעם קאפ און ברעינוואשט אז ער זאל איבערגעבן פאר אים, און נאר פאר אים, דאס גאנצע רייכטום.
און ער האט טאקע אזוי געטון, צוביסלעכווייז האט ער אים איבערגעגעבן די פירערשאפט, א גרויסע חלק פון די בהמות און הינט האבן אים שוין אנגעהויבן צו באטראכטן אלס באלעבאס און זענען אים נאכגעלאפן און געלעקט די זוימן פון זיין קלייד, דער עלטסטער זון האט זיך אנגעהויבן אויפפירן זיער פרעך אוואו דער פאטער וואלט שוין געווען געשטארבן און וואו ער וואלט שוין געווען דער פולשטענדיגער באלעבאס.
ויהי היום, דער פאטער האט זיך וואו אויפגעוועקט פון א לאנגן טיפן שלאף און זיך געכאפט וואספארא גיפטיגע שלאנג ער האט אויפגעהאדעוועט ביי זיך אלע יארן, און וואו ער האט אים שוין כמעט אלעס איבערגעגעבן, דער פאטער האט געשיקט זיין געטרייער משרת זאל לאזן רופן איינע פון די אינגערע ברודער, און דער פאטער האט געזאגט פארן אינגערען זון אז אלע בהמות וואס דער עלטערער ברודער האט שוין פארכאפט במרמה קען ער אים נישט גיבן, אבער ער וויל אים אוועקגעבן און מאכן הערשער איבער די איבריגע פארמעגן וואס ער פארמאגט נאך.
דער אינגערער זון וואס איז געווען א פון נאטור אויס א איידעלער האט עס נישט געוואלט אננעמן, אבער דער פאטער האט אים וואו געצוואונגען און בלית ברירה האט דער אינגערער ברודער איבערגענומען די הערשפאט.
דער עלטערער ברודער האט געשוימט מיט גרימצארן, ער איז געלאפן צום ארטיגען דיין אין געשריגען פלניא גזלנא:  מיין אינגערע ברודער האט מיך באגנבעט, אלעס פון מיין פאטער באלאנגט עכט פאר מיר.
דער עלטערער זון האט פרובירט מיט אלערליי טעראר מיטלען צוריקצובאקומען דאס וואס די טאטע האט געגעבן פארן אינגערן זון.
ער האט אפילו גערופן זיין אייגענעם טאטן אין געריכט, אבער ס'האט אים גארניקס געהאלפן.
מיש אריבער צו פופצן יאר שפעטער, דער פאטער לעבט שוין לאנג נישט, דער עלטערער ברודער האט נאכאלץ נישט פארגעבן זיין אינגערן ברודער פארן פארכאפן די בכורה, איין טאג האט דער עלטערער ברודער אפגעמאכט אז ער גייט אפטון זיין אינגערע ברודער, איז ער ארויפגעגאנגן אויף א הויכע בארג מיט אסאך פון זיינע קיען, ציגעלעך און הינט אין געמאכט א גרויסע פייער און געשפרינגען מיט זיינע בהמות צו ווייזן פאר זיין אינגערע ברודער: קוק וואו סאך בהמות איך האב!!!
א קלוגער מאן האט דאס צוגעזעהן האט ער זיך גענומען לאכן, ווען מ'האט אים געפרעגט וואס איז דאס געלעכטער האט ער געענטפערט: דער עלטערער ברודער טוט אינגאנצן נישט אפ דעם אינגערע ברודער, ווייל דער אינגערע ברודער האלט נישט אז דער עלטערער ברודער האט אים עפעס אוועקגענומען, וואס ער האט איז הכל ריוח, ווידעראום דער עלטערער ברודער וועט נישט זיין צופרידן אפילו ווען דער אינגערער ברודער וועט האבן אפילו נאר איין בהמה, ווייל ער האלט אז אלעס באלאנגט פאר אים...

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.