רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 17 בפברואר 2014

היכן התורה שלי זועק הקב"ה במה החלפתם אותו?

חבל שזה נכתב באידיש, מי שלא קורא את זה מפסיד, יש בזה כל כך הרבה אמת, אין טוב מזה להוכיח היכן אנו חיים, וכי התרחקנו כל כך מתורת אמת

בקיצור אכתוב במה מדובר, בווילימסבורג החליטו שקשה להם להיות יהודים ביקשו מהקב"ה שיביא משאית ויקח את כל התורה בחזרה. הקב"ה הביא משאית ומילאו אותו בכל כך הרבה דברים סוגי מלבושים מאכלים וכל כך הרבה ענינים העוסקים ביהדות, הרשימה היא ארוכה מאוד

הקב"ה בא לקחת את המשאית המלאה עם התורה ומסתכל שואל מה כל הזבל הזה, זו לא התורה שנתתי לכם בהר סיני

לקוראי אידיש בבקשה:

די אידען אין וויליאמסבורג האבן דיסיידעד אז מען קען נישט מער, אידישקייט איז צו שווער, געניג איז געניג, איטס אווער!!
מ׳האט זיך צאמגענומען אין אלע שוהל׳ן און געוויינט צום באשעפער: "טאטע, די תורה איז צו שווער, מיר קענען נישט מער, פליז נעם עס צוריק!"
דער רבש"ע האט זיך צוגעהערט צו זייערע תפילות, און געלאזט וויסן אין אלע צייטונגען אז מ׳גייט אראפ שטעלן אפאר טרעילארס אויף לי עוועניא - אין: "קינדער - אקעי, לייגט דא צוריק די תורה, איך קום עס באלד אויפפיקען!
"די וויליאמסבורגער אידען זענען געלאפען, מען האט אריינגעריקט אין די טראק (פריקן) אלעס! די גאנצע תורה! און שנעל געלאזט וויסען דער רבוש"ע אז די תורה איז אינסייד, מישען אקאמפלישט, רעדי פאר פיק-אפ!
דער רבוש"ע קוקט אריין אין די טרעילארס און זעט דארט: טשולענט, קניידלעך, קאצקע צוקער, לאנגע לאקשען, האליפטצעס, מייערן ציממעס...
בעקישעס פון אלע קאלירען, שטריימלעך, שפיצלעך, ווייסע זאקעלעך, נאסע לאנגע פיאות, מחאה פלאקאטען, מקווה האנטוכער, כשר-זייף, די פורניטשער פון די אפיס פון התאחדות, סטראקעס, גראבע גארטלעך, פעלענע טלית בייטלעך, קרן הצלה פושקעס, טייטס מיט סיעמס, טייערע אתרוגים פון 500$ און ארויף, מצות רחיים של יד, לאנגע וואקסענע שמשים ליכט פון חנוכה, וואטע (קאטען) צו דרייען קנויטען, אווערנייט קוגל, צוקוועטשטע שלש-סעודת בילקעס, ריקען עטרות, און נאך....
סינק פילטערס, הושענות בלעטער פון דער רבי, געפילטע פיש אלט 4 טעג.....
געט דער רבוש"ע א שריי "קינדער! עטס זענטס פארוקט? איך האב נישט געבעטן די אלע גארבעדזש! - איך האב געבעטען די "תורה" וואס איך האב אייך געגעבן ביים בארג סיני! דאס איז נישט די תורה, ס'עפעס אנדערשט אינגאנצן!!!
הערטס ענק אויף נאריש צו מאכן, און די תורה וועט ענק זיס ווערן!!!!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.