רשימת הבלוגים שלי

יום חמישי, 31 באוקטובר 2024

ווארטים - אידיש

 

📌 פארוואס האט נח נישט געבויט א פארטש אין די תיבה?
ווייל ווען די שכינים פון די אונטערשטע שטאק זענען חיות, לאזן זיי נישט די שכן פון אויבן ארויס בויען...

📌 מנהג ביינדאשדארבאן איז געווען צו עסן ביים קידוש שב"ק פרשת נח:
רעינבאו קעיק, מא(ר)בל קעיק, מיט ענעמל קוקיס.

📌 די מנהל האט פארהערט אין קלאס און דער אינגל האט מיט קאנפידענס געזאגט דעם פסוק, ...צא מן התיבה אתה ואשתך- דא איז ער סטאק געווארן, וואס איז דאס ’ואשתך?’
דער מלמד האט פראבירט ארויס צוהעלפן די מצב מיטן מרמז זיין, "ס’איז עפעס וואס איך האב, עפעס וואס דער מנהל האט, עפעס וואס דיין טאטע האט, און דו וועסט עס אויך אם ירצה השם האבן”.
אההה!... האט דער אינגל באלד געכאפט- ”א הויקער!"

📌 וויאזוי ווייסט מען אז די טיר צו נח'ס תיבה איז געווען א געדרייטע טיר אזויווי אין די מקוואות?
עס שטייט, 'שנים שנים באו אל התיבה'...
האט א גבאי פון בית מדרש געזאגט: די וואס כאפן זיך אריין זיי זענען טאקע חיות.

📌 פארוואס האט נח נישט מורא געהאט צו עסן strawberries אן באקוקן פאר ווערעם???
ווייל ער האט געהאט צוויי ווערעם און זיין תיבה אין ער האט געוויסט ווי זיי זענען.

📌 איינער האט זיך היינט באקלאגט צו מיר:
פארוואס האט נח נישט געהארגט די מייזן און די בינען ווען עס איז נאר געווען צוויי??

📌 נח האט אריינגענומען 7 כשר'ע אין 2 טרייפענע.
מילע 6 כשרע פארשטיי איך, פאר נח שם אין יפת אין זייערע ווייבער. 2 טריפענע פאר חם מיט זיין ווייב.
אבער פארוואס א זיבעטע כשר'ע?
חם האט עס געדארפט כדי צו קענען שיקען די קינדער אין די מוסדות.

📌 מיר היינט בייגעפאלן א תירוץ אויף די בית יוספ'ס קשיא: פארוואס עס איז דא אכט טעג חנוכה, פארן ערשטן טאג איז דאך געווען גענוג אויל?
די תירוץ איז אז די ערשטע טאג חנוכה איז א יו"ט אויף די נס אז דער מאן האט ענדליך צאמגעלייגט די סוכה..

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.