מאת סאטמארי
פאר'ן ציבור קבל עם ומלואו פארענטפערט ער זיך אפילו נישט ווייל ער האט נישט וואס, און ער ווייסט אז דאס איז פון זיינע לעצטע געווער קעגן די קהילה וואס ער פרובירט יעדן טאג צו צוטיילן און צוברערכן ווי ער קען נאר.
פאר זיין כת די קעלבעלעך, די וואס ער האט נאך אויף זיי א דעה זאגט ער אז ער טוהט דאס כדי צו האבן א סיבה צו געהרן היינט נאכט אין שוהל און נישט זיך פילן דערנידערט.
נו ווען די סיבה וואלט טאקע דאס געווען וואלט מיר נאך געשוויגן ווי נישט ווי, על אף אז וועגן אזא זאך צו זיך משתמש זיין בקודש איז אויך נישט דבר שרוח חכמים נוחה הימנו.
אבער יעדער איינער וואס איז נישט טויב און נישט בלינד ווייסט דאך די ריכטיגע סיבה, ער ניצט זיך מיטן קודש קדשים פאר זיינע אישית'דיגע, ביליגע און שמיציגע אונטערעסן, כדי צו אויסמעקן די אנוועזנהייט פונעם ראש ישיבה אין די קהילה, ווי כאילו יוצר זיין א רושם אז ס'איז דא צוויי הנהגות אין סאטמאר בני ברק.
איי וועט איר פרעגן, וואס א פראבלעם האט דער ראש ישיבה אז דער רבי רעדט?
די תשובה איז ניין!!! נישט ער און נישט די קהילה האבן נישט קיין פראבלעם. אדרבה מיר ווארטן שוין אויף דברי אלוקים חיים וואס מ'האלט אפ פון אונז און די ריכטיגע צייטן. די פראבלעם הייבט זיך אן מהשורש, אז דייקא די דרשה איז געמאכט צו נעמען דאס הייליגסטע אין סאטמאר און זיך באניצן מיט דעם אויף שמוציגע פאליטיק, און דאס איז באוויסט פאר יעדן בר דעת.
מיר ווילן אויסרופן אז מיר גייען זיך טאקע צאמנעמען היינט הערן די דרשה, און מיטפילן די שכינתא בגלותא, אבער יבוא יום און אזוי ווי די אלע וואס האבן זיך באניצט בקודש און די פריערדיגע דורות האבן שלעכט אפגעשניטן, אזוי אויך וועלן די זדים ומשטינים פון היינט דערשטיקט ווערן און די הענט פון עוסקי תורתיך!!
שעשה ניסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.