א רבי דאהי אין אמעריקא זאגט
אוי
אוי!!! ווען איך וואלט געווען בעלזער רבי אדער גורער רבי וואלט איך
געהייסן אלע חסידים אויפהערן צו נוצען פראדוקטן וואס האבען נאר די הכשר פון
די עדה החרדית (אויסער אז טאמער עס האט נאך א הכשר)
א
חברה בהמות !! רעביס מיט קהילות מיט טויזענטער חסידים וואס הייסן זייערע
מענטשען אז עס איז א גרויסע מצוה צו גיין צו די בחירות , און עס שטייט
אין דער זייט א קומץ קטן פון עדהניקעס מיט סאטמארע און שרייען מיט שרעקליכע
קולות "געוואלד" די אלע רעביס זענען אפיקורסים ,,,,, צו גיין צו די
בחירות איז ארגער וויא עבודה זרה, גילוי עריות, און שפיכות דמים,
און
אנשטאט די אלע רעביס מיט חסידים זאלען האלטן זייער כבוד און פרינציפ ,
דערווייל עסן זיי מיט הכשר פון די עדה החרדית , וואס זיי שרייען אויף די
רעביס אז זיי זענען פארפירערס און מינים ואפיקורסים רח"ל
וויא איז דעם בעלזערס דעת ? וויא איז דעם גורערס דעת ?
וויא איז דעם וויזיצערס דעת ? וויא איז דער דעת פון די אלע רעביס צו עסן
פון דעם הכשר פון מענטשען וואס רופן זיי אהן בשם מינים ואפיקורסים
מילא סאטמאר וויל נישט גיין צו די בחירות איז מהיכי תיתי
אבער גיין שרייען אויף אלע רעביס אז אלע זענען אפיקורסים און די אלע רעביס מיט זייערע חסידים שטיצן נאך אלץ נאר די הכשר פון די עדה
דעמאלס איז א סימן אז יש דברים בגו
אין
אמתן אידיאלאגיש זענען די עדהניקעס גערעכט אז עס איז א געפערליכע עבירה צו
גיין צו די בחירות נאר וואס דען זיי גייען צו די בחירות כצאן לטבח רח"ל
והא ראיה אז צום עסן באנוצען זיי זיך מיט די חשובע הכשר פון די עדה
חוץ
מזה טאמער די אלע רעביס וואלטן געמאכט א אייגענעם הכשר און געאסערט די
הכשר פון די עדה בארץ ובחוץ לארץ דעמאלס וואלטן די עדהניקעס מער נישט
געבילט און מבזה געווען זייערע אדמורי"ם מיט זייערע שיטות
נו !!!! רבותי וויא איז דער שכל!!!!!!!!!!!!

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.