רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 8 באפריל 2019

דברים פשוטים

 
ישעיהו הנביא זאגט בחרתיך בכור עוני.. די עניות איז א כור, א כבשן האש וואס ברענט ווי א פייער אין די ביינער. הערום די עניות ערפארט מען טעם מיתה וקבורה הונדערט מאל א טאג, ווען אימער די וויב, דאס קינד, דער הנהלת החדר, דער גראסער, דער בוטשער פאדערן און מען האט נישט וואס צו געבן.. מיר בעטן דאך  ואל תביאנו לא לידי נסיון..   דער חכם מכל האדם האט א גוט ווארט פארן ארימאן וואס זיין עניות האט איהם פארפיהרט צו ווערן א גנב און זאגט: לא יבוזו לגנב כי יגנוב למלא נפשו כי ירעב. און חז''ל זאגן אלמלא נגדוהו לחנניה מישאל ועזריה הוון פלחין לצלמא.. 
יא, אין אויבערלאנד האט מען געלערנט פון קינדווייז: לעב פון וואס דו האסט, אכול בצל ושב בצל.. און סאיז געוועזן א באגריף פון א נאבעלער ארימאן וועם מען האט הערציג מכבד געוועזן. מאידך ביי די חסידים אין אונטערלאנד, מיט די הייליגע הויפן, האט מען געזאגט האסט אפאר הענד און פוס? הענג און ברענג!! אידן האבן געלעבט פונ'ם גרעניץ און אזויינע ריסקפולע פרנסות. מאנכע האבן בעצאהלט א ביטערע פרייז, ווייל ס'זענען נישט געווען קיינע אנדערע פרנסות.. אבער ברוך הוא וברוך שמו כי הרחיב השם לנו אינ'ם דאזיגע מדינה, און א שיינער ציבור האט זוכה געוועזן צו א מין מאטריעלע הרווחה למעלה למעלה פון אונזערע עלטערן השגות.. אבער זיי דערמאנען מיר פונ'ם שטעטל'ס דלפון וועלכער איז נתעשר געווארן און געקויפט ערשט קלאס באן קארטן, אבער מכח פונ'ם אלטן געווינהייט האט ער זיך נאך אלס געזעצט אינ'ם שטונקעדיגן בהמות וואגאן.. דער פארמעגן קען זיין  פון א נגיד אבער דעם אייגנטומער'ס נשמה בלייבט פונ'ם אפגעריסענעם דלפון אספתא.. הגדתי היום דאס איך בין א מכיר את מקומי, וואס און ווער בין איך צו זאגן יעמאנד מוסר.. לא מיניה ולא ממקצת מקצתיה. סאיז בלויז א מצוה פון השבת אבידה דגופו, צו דערמאנען די דאזיגע אידן, דאס זיי זענען שוין ברוך השם ענגלישע מיטן-קלאסיגע ג'נטלמן, דאס סאיז צייט צו לערנען פון ענליכע גויים די פראקטישע לעבנ'ס און ביזניס פיהלאסאפיא פון דאזיגן קלאס.. איבער אלעס, דעם באוואוסטזיין דאס סטרעס מאכט איינעם קראנק און מקצר ימים ומה לכם ולצרה הזאת..
הערט מיך נאר דאסמאל צו: בעלי בתים פיהרט אייך ווי בעלי בתים, און לאזט למעה''ש די שלימזל פרנסות פאר דיע וועלכע האבן נעביך נישט קיין ברירה.. 
יהודי פשוט
לאנדאן

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.