רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 15 במרץ 2019

על מה יצא הקצף בווילימסבורג?

אל כבוד הלוחם אמיץ בגיבורים בעוז ותעצומות בלי שום מורא ראש מערכות ישראל הגאון החכם רבי חיים שאולסאהן שליט"א בבריות גופא ונהורא מעליא עד ביאת גואל צדק במהרה

נא בכל לשון של בקשה להעמיד השלש ידיעות  בתוך בעולמם של חרדים

וויסן זאלט איר אז גאנץ וויליאמסבורג קאכט כמוה לא נהיית 

די גאנצע גאס איז באפלייצט מיט צעטעלען ליילעכער מקבל זיין די גדולי עולם רבותינו שבארץ ישראל די אויערבאךניקעס ווייל מכלומערשט גייען זיי דאס מאל צו די בחירות (אבער פון די מדינה הטמאה האלטן זיי יא) מען האט געדונגען 15 פירסט קלעס טיקעטס 
אלע תינוקת של רבן מיט אלע בחורי חמד גייען מאכען אריזיגען קבלת פנים פאר די ליטוואקען רבותינו שבארץ ישראל מען גייט צוזאמעןשטעלען בערך 24 מילליאן דאללער וכמובן מיט מעטשינג פאנדס אשר לא נבראו בכל הארץ ובכל הגוים 

די צווייטע זאך 
עס הענגט ריזיגע פלאקאטען פון רבי דוד שמידל אז וויי געוואלד מענטשען וואינען אויף א טמענעם בית הקברות אין בית שמש  אדער מען איז מחלל די קדושה נוראה פונעם אור אלטען בית הקברות אין בית שמש רח"ל
טודרוס זילבער שרייט ארום קולות   "האטס רחמנות אויף אונזרע הייליגע אבות וואס ליגען דארטן אין דעם בית הקברות עס איז נאך הייליגער פון מירון עפ"ל

ןהשלישי 
עס ווערט א חוזק פון דעם גאנצן ענים פון כח הפועל בנפעל אז מען זעהט אז יודען קוקניקעס כידוע אז הרב קוק איז געווען דער סנדק ביי הרב אויערבאך וואס האבען גענומען אלע יארן געלט פון די מדינה און עס האט גארנישט געשאדט אדרבה זיי זענען געווארן גדולי עולם אין סאטמאר פאר אונזערע איידעלע בחורים און קינדער 

וואס זאגען יעצט אונזערע קינדער צו די סאטמארע שיטה אז סאטמאר לאכט אליינס דערפון רח"ל

איר מעגט שטעלען דעם בריעף אויך  ווייל עס איז א מוסר השכל וויא סאטמאר איז פארקראכען מיט משוגעתן 
דא שרייען זיי אז די ווייבער מוזן זיך אפשערען די גאנצע האר ווייל אין דעם וועדעט זיך די גאולה ביי האר וויי האר
און דא שרייבען זיי רבותינו אויף הרב דויטש וואס האט ארויסגעגעבן  א ספר וואס דארטן שטייט אז א פרוי טאר זיך נישט אפשערען די האר ווייל דאס איז איסור פון לא ילבש גבר נאר מען דארף גאר גיין מיט אייגענע האר 
און דאס איז די רבותינו ביי זלמן לייב טייטלבוים מסאטמאר און טודרוס זילבער און מנשה פילאפף דער פושע ומשכיל און רבי משה מנחם טירנויר פון מאנטריעאל וואס שרייט געוואלד

"דער בעלזער שייגעץ ווייל ער איז עובר אויפן חרם פון רבי יהושע לייב דיסקין וכל קדושין אז מען טאר נישט לערנען לשונות זרות אין ירושלים
אבער די אויערבאךס מעגען יא עובר זיין אויפן חרם פון רבי יושע לייב דיסקין
ווייל אז א בית דין איז גרעסער פונעם פריערדיגען בית דין קאן ער און האט א רעכט מבטל זיין דברי בית דין חבירו און די אוירבאךס  זענען גרעסער וויא רבי יושע לייב דיסקין ובית דינו עד כאן לשונו פון הגאון רבי משה מנחם טירנויער אב"ד סאטמאר מאנטרעאל אצל קהל זלמן לייב  וד"ל

החותם בברכה להעמיד האמת על תילה

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.