רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 30 במאי 2018

א שטיקל אנאליז בנוגע די בהמה שטיק פון מהרז''ל נישט אויפנעמען דעם ראב''ד ירושלים עיה''ק!!

באמת ברויך איך נישט יעדן טאג א פרישע ראי' אז מיין החלטה צו באלאנגן אין א קהילה ציווישן ערליכע האָרכזאמע אידן וואס זענען פאראייניגט אונטער אן ערליכע מנהיג ישראל וואס לאזט זיך נישט פירן פון הפקר אינגן, איז געווען דאס ריכטיגע. פארט ווען די היפאקריטיע פון מיינע זאלי קאלעגן שרייט אזוי הויך, מוז איך דאס אפשרייבן אז נאך מענטשן זאלן דאס קענען פארשטיין.

שוין אפאר יאר וואס איך הער די זאליס שעלטן און שרייען, אז דער אהרן צוברעכט די עדה החרדית!! וואס איז? ווי אזוי צוברעכט ער די עדה? וועט דיר דער זאלי זאגן, אההההה, די ווייסט נישט.. ער איז זייער קאלט צו ר' יצחק טובי' ווייס.. שרעקליך..

איז לאמיר דאס צונעמען אביסל. ס'איז פאר קיינעם נישט קיין ספק אז ווען נישט די ארונים, זיצט דער ר' יצחק טובי' ערגעץ אויף די בעלגיליי שטראסע אין אנטווערפן, און א איד אויסער די צען גאסן פון אנטווערפן ווייסט ניטאמאל צו זאגן אז ער עקזיסטירט.

האט זיך געמאכט א מערכה ווי די עדה החרדית האט געוואלט אויפנעמען ריח''מ פריעדמאן אלס רב אין ירושלים. די ארונישע אידן האבן געהאלטן אז ס'וועט זיין א בושה אז א איד וואס האט מתיר געווען ערכאות און מסירה ביי כלל ישראל, א איד וואס איז געשטאנען דערביי ווען מ'האט דעם ברך משה מבזה געווען און נישט געזאגט א ווארט, א איד וואס האט זיך צוגעשטעלט צו אלע רציחות און שפיכת דמים קעגן א ציבור אידן, א איד וואס האט צוגעקוקט ווי מ'טראגט אוועק א זיידע פון די שמחות פון די אייניקלעך, א איד וואס האט צוגעקוקט ווי וויליאמסבורגער רב האט נישט געקענט אריינגיין צום זיידן מזכיר זיין א קינד וואס איז ל''ע נישט געזונט געווען, א איד וואס האט צוגעקוקט ווי מ'טראסקעט אידן פון פּאָסטענעס און זיך נישט געקענט אנרופן א ווארט, אז אזא איינער זאל באזיצן אזא פאזיציע ווי גאב''ד ירושלים.

דעריבער האט מען אפיר געקראצט דעם ר' יצחק טובי' ווייס פון אנטווערפן, און מיר האבן מיט אלע כוחות אים אריין געלייגט אלס רב אין די עדה החרדית.

אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט אזא איד געברויכט האבן אביסל הכרת הטוב פאר די קהילה וואס האט אים ארלעדיגט דעם פאסטן. אבער לאמיר לייגן הכרת הטוב אין דער זייט פאר א מינוט, און לאמיר דאס אנקוקען פון א מנהיגי'שע שטאנדפונקט. ס'איז ידוע לכל, אז פון ווען ר' יצחק טובי' איז אנגעקומען אויף ירושלים, האבן די ציווילדעוועטע חיות אין ירושלים אויף געלעבט. נאכן זיין מחוץ למחנה אויפן באפעל פון רבינו הקדוש זי''ע, און ווייטער ביי די צייטן פונעם מנחת יצחק זי''ע און רבי משה ארי' זי''ע, האבן זיי געטראפן א פתח פתוח ביי דעם נייעם רב, וואס האט נישט געהאט קיין אנונג ווי אזוי צו פירן די שטאט. אונטער זיין זייגער איז ירושלים אדורך דעם גרעסטן חורבן, זייט די חורבן בית שני. יעדע נאכט ברענען די מיסט קאסטנס, און יעדן טאג א נייע פראטעסט. ס'איז היינט צו טאגס נישט דא קיין שום הנהגה, און קיין שום נארמאלקייט אין ירושלים. מ'האט גענומען א יונגאטש ווי עמרם טייטלבוים (וואס אגב האט די וועד הצניעות פון תולדות אהרן א גאנץ ביכל אויף דעם איד) און אים געמאכט פאר די ממלא מקום פון דעם רעספעקטירטע מסירת נפש איד ר' גרשון שטעמער ז''ל. מ'האט גענומען א ראצער ווי נחום אטיק, און געמאכט פאר די ממלא מקום פון ר' אברהם ראטה. עפעס א חי' שמעון ראטטער, פאר די ממלא מקום פון ר' יוסף דאווידאוויטש. דער באקאנטער צוגיינער יצחק ווייס פאר די ממלא מקום פון ר' נפתלי ראזענפעלד. מ'האט ארויס געריקט ר' שלמה פאפענהיים פון די הנהלת העדה. מ'האט איבער געגעבן די ווירטשאפט פון די עדה החרדית פאר חיות טורפות וואס זענען מבזה די עדה החרדית און סאטמאר לעיני השמש. די עדה החרדית האט היינט אזא פנים אין די וועלט, ווי צימערמאן אין וויליאמסבורג.

יעצט אלס אדמו''ר מ'סאטמאר האט מיין רבי א רעכט צו שפירן ווי דער ר' יצחק טובי' האט מועל געווען בשליחות. נאך אלעמען האט ער געהאט א פעטער וואס האט אים געלערנט וואס דאס איז עכטע קנאות. זיין פעטער האט זיך נישט אפגעהאלטן פון געבן פאר די נטורי קרתא/סיקריקים זייער פארציע. אפילו פרשת נשא ווען די תורה איז געווען איבער די שיכרות פון די נצחונות פון די ציונים, האט ער זיי גערופן מחריבי קרתא. ער האט קלאר געמאכט פארן קומענדיגן דור זיין מיינונג איבער די מטורפים, אסאך מער ווי די נושא פונעם עירוב, וואס קיינער האט נישט געהערט פון אים. דעריבער וואונדערט אייך נישט אז מיין רבי איז קאלט צו ר' יצחק טובי', ער פארטראגט נישט די השחתה. נאך אלעמען נעמט ער נישט קיין הדרכה ביי יצחק שטערן.

היצטער לאמיר דאס אנקוקען פון א פערזענליכע  שטאנדפונקט. ווען ר' יצחק טובי' איז דאס ערשטע מאל געקומען צו פארן אויף אמעריקע, און די זאליס האבן נאך נישט געוואוסט ווי שטארק ער פלאנט זיי צו דינען, האבן זיי בשום אופן נישט געלאזט מאכן א קבלת פנים אין וויליאמסבורג. זיי האבן ניטאמאל געלאזט די התאחדות ארויסלייגן א ברוכים הבאים צעטיל. משא''כ אין קרית יואל האט מען פאר דעם גאב''ד געגעבען כבוד מלכים. ער האט באקומען א הערליכע קבלת פנים אויפנאמע אין גרויסן ביהמ''ד אין קרית יואל, און דערנאך ביי דעם רבי'ן אין שטוב.

ס'גייט אבער נישט אדורך קיין 24 שעה, און ס'קומט די נייעס אז נישט מער און נישט ווייניגער, ער גייט צו די זאליס ביהמ''ד כאפן נאך א קבלת פנים. איך געדענק נאך ווי מיר האבן זיך געציפט צו זעהן צו מיר זענען אויף אדער מיר חלום'ען גאר.

נישט אז מיר גייט אן אז איינער גייט אהין. אבער פארט איז דאס נישט מענטשליך פארן גאב''ד ירושלים דאס צו טוהן צו א רב אין א שטאט, וואס זיין קהילה האט אייך ארלעדיגט דעם פאסטן, נאך דערצו אויף די ערשטע נסיעה קיין אמעריקע אלס גאב''ד.

קומט נאכדעם פרשת בני ברק. ס'איז דא א פסק בית דין פון די דריי גרעסטע בתי דינים אין די שטאט, רב לאנדא, רב וואזנער און ר' ניסים קרליץ אז די קהילה איז די פולקאמע בעלים אויף די זאל און די האטעל ביז ווען א דין תורה וועט זאגן אנדערש. און דאס לייגט זיך זייער אויפן שכל, ווייל מ'האט די הכנסה פון דעם זאל געמאכט פאר די וואס פירן די מוסד. איז ווידער געקומען דער רב וואס מיר האבן אריין געלייגט אין די עדה, און געווען דער נותן יד לפושעים נישט צו פאלגן דעם דין תורה. דער חידוש איז, אז די זאליס האבן ניטאמאל געהאט קיין רווח דערפון, ווייל סך הכל לייגט דער טאַהלער אריין דאס געלט אין טאש. ממש א בחינה פון זה 'לא' נהנה, וזה חסר.

גייט אדורך נאך א וויילע, און די קינדער און אייניקלעך פונעם ברך משה זי''ע זענען געגאנגען אין פעמילי קאורט בעטן אז זיי זאלן קענען אריין גיין צו זייער זיידע. זיי בעטן סך הכל אז זיי ווילן זוכה זיין צו האבן דעם זיידן ביי זייערע שמחות. קומט ווידער די נייעס פון ירושלים אז דער רב וואס מיר האבן אריין געלייגט אין די עדה, איז געווארן די שמש פאר מהרז''ל, און ער סטראשעט גאר ארויסצוגעבן א קול קורא קעגן די אידן וואס האבן אים אריין געלייגט אין די עדה.

איך מיין אז מ'ברויך זיין א מלאך צו זיין ווארעם און ליבליך צו אזא איינעם!! פון דעסטוועגן דאך, איז נישטאָ אזאנס אז מיין רבי זאל פארן אויף ירושלים אנע דעם וואס ער זאל זיך טרעפן מיט'ן גאב''ד. טאקע פאר דעם, ווייל ער לייגט זיינע פערזענליכע נגיעות אין די זייט, פאר'ן כבוד פון די עדה החרדית.

יעצט לאמיר אריבערגיין צום ראב''ד ירושלים און מהרז''ל. דער ראב''ד האט נאך אין לעבן נישט פערזענליך וויי געטוהן דעם זלמן לייב. דער ראב''ד האט נאך אין לעבן נישט געטוהן א זאך קעגן די קהילה פון מהרז''ל. סך הכל האלט ער נישט א ס'איז דא קברי ישראל אין בית שמש. ער איז דאך נאך אלעמען איינער פון די גרעסטע פוסקים אין אונזער דור, און ער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג. אזוי טוט מען אים -פאר זיין מיינונג איבער די קברים- שופך דם זיין אנע אויפהער. ביי די שקל הטהור חלוקה פון מהרז''ל האט מען דעם ראב''ד נאך געשריגן בחוצות ירושלים כאחד הרקים. אין ראדני ביהמ''ד האט זיך איינער פון זייערע דיינים אויפגעשטעלט זאגן אז די ראב''ד איז א מתיר אשת איש, און מיט חוצפה נוראה אנגערופן דעם ראב''ד זקן ממרא. מ'ווארפט פאשקעווילן אויף אים כאילו ער וואלט געוואלט געווען אזא סטייל עם הארץ ווי דער מהרז''ל, און מ'האט די חוצפה צו שרייבן שר''י. מ'איז מחנך א דור מיט די נידריגסטע חוצפה קעגן דעם ראב''ד וואס איז נאר שייך. פון דעסטוועגן דאך זאגט די ראב''ד אז פארן כבוד פון די עדה החרדית, און אפילו איך קום צו פארן צו אן ארונישע כינוס, פארשטיי איך אז איך ברויך גיין באזוכן דעם קליינעם ברודער.

ס'איז כדאי צו באמערקן אַז ס'איז נישט געווען קיין איין איינציגער ארוני וואס דאס האט געבאדערט. אדרבה יעדע ביי אונז האט פארשטאנען אז דאס איז די דיפלאמאטישע וועג ווי אזוי נארמאלע מענטשן פירן זיך אויף.

קומט דער קליינער טיפש מהרז''ל וואס זיצט אונטער די פליגלן פון יצחק שטערן און זאגט פארן ראב''ד ירושלים עיה''ק, איך קען אייך נישט אויף נעמען, ווייל איר קומט צו א כינוס וואס מיין ברודער מאכט. נעבעך!!

יאפ, פליפ פלאפ!!!

עס קלינגט נאך אין די אויערן, ווי 18 יאר צוריק האבן מיר די דאזיגע אידן מסביר געווען, אז זיי קומען צוריק אויף סאטמאר צו זלמן לייב, ווייל א רב בישראל זאל קענען זאגן זיין מיינונג!!

יא יא.. סאטמאר וויליאמסבורג איז די איינציגסטער קהילה אויף כדור העולם וואס האט נישט געמאכט א הספד אויף רבי שמואל וואזנער ז''ל אלס פאר די חטא פון האבן 'זיין' מיינונג. און מהרז''ל קען זיך נישט טרעפן מיט די ראש בית דין פון ירושלים עיה''ק אלס פארן חטא פון האבן 'זיין' מיינונג!!

און אויב מיינט איר אז דער זאלי שעמט זיך אפילו, האט איר א גרויסע טעות. נעכטן האט ער אייך גערודפט, היתכן דיין רבי איז נישט ווארעם צום גאב''ד, און היינט פארשטייט ער הונדערט פראצענט אז מ'מוז דעם ראב''ד גאר מבזה זיין. ס'איז ביי אים ניטאמאל א ספק, און ער האט שוין גרייט א פרישע תירוץ דערויף!!

אזוי זענען זיי כסדר מטהר טמאים - ומטמא טהורים, אלעס לויט זייערע פאליטיק. הרב וואזנער ז''ל און דער ראב''ד שליט''א װאס קיינער וועט נישט פארלייקענען אז רבינו הקדוש זי''ע האט פאר זיי ארויסגעוויזן א חיבה יתירה, זענען טריפה. משא''כ ר' שמואל אויערבאך ז''ל וואס איז געווארן א צייטווייליגע קנאי, נאכן פארלירן די וואלן פאר א זיץ אין כנסת המינים, ער איז זוכה צו א הספד אין וויליאמסבורג.

און דערנאך ווילן די זאליס אייך געבן א קאמפלעקס, אז זיי רעפרעזענטירן די שיטה, און אונזער רבי נישט...    יא יא יא.  א

פראבירט דאס מיט א צווייטן. מיר קענען אייך צו גוט.

הצלחה רבה

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.