רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 9 בספטמבר 2015

טויזענטער אידן שלענגלען זיך דורך די קהל בני ישראל אין וואודבארין אין לויף פון פארלאפענעם זוממער



כ"ק הגה"צ רבי מרדכי יונגרייז שליט"א האדמו”ר מניקלשבורג קאנטארלירט פערזענליך הונדערטער מנינים, שחרית מנחה און מעריב, און האט פארוויילט אין שטאט וואודבארין ביז נאך סליחות


טיהר את עיר וואודבארין
וואודבארין, ניו יארק - דער 'שומר שבת' פון וואודבארין, די 'איצקאוויטש שטיבלאך' פון די קעטסקילס, די 'זכרון משה שטיבלאך' פון די קאנטרי, איז געקומען צו א ענדע נאך א זעלטן סוקסעספולע זוממער תשע"ה, וואס ווערט באקרוינט מיט א היסטארישע הצלחה, און טראץ דעם וואס אלע יארן ביז אהער איז געווען א געוואלדיגע סוקסעס, לאזט זיך זאגן אויף זוממער תשע"ה אז 'ואת עלית על כולנה', אזא זוממער האט די קעטסקילס ראיאן נאך נישט מיטגעלעבט, אזא זוממער האט וואודבארין נאך נישט געזען, ווען העכער הונדערט צוואנציג טויזנט נפשות האבן זיך דורכגעדרייט דעם ביהמ"ד דורכן זוממער תשע"ה!
ווען מיר וואלטן ווען געוואלט דא באשרייבן ווי אזוי עס האט אויסגעזען זוממער אין קהל בני ישראל אין וואדבארין, אדער דער 'כלל ישראל שוהל' ווי דער מרא דאתרא כש"ת כ"ק הרה"צ רבי מרדכי יונגרייז שליט"א האדמו”ר מניקלשבורג טיטול'ירט דאס, וואלט מיר ווען געקענט אנפילן א גאנצע רייע בוכער, ווייל יעדן טאג אין ביהמ"ד, בעסער געזאגט, יעדע תפילה אינעם ביהמ"ד, פאדערט בלעטער און קאפיטלען פאר זיך, און האט צו דערציילן גאר אסאך.
די שרייבער פון די שורות געדענקט נאך גוט, ווען די טויערן פון די היסטארישע בני ישראל שוהל אין וואודבארין איז געווען הערמאטיש פארשלאסן, מיט שלאס איון ריגעל. יאר נאך יאר זענען אידן ארויסגעקומען קיין וואדבארין, און עס האט געגעבן א ציפ אין הארץ דורכגייענדיג די אור-אלטע בני ישראל שוהל, בראותי על עיר על תילה בני', מען האט געזען ווי דער שטאט וואודבארין ווירבעלט און רודערט, אביסל איבער די מאס... אבער והעיר אלוקים מושפלת עד שאול תחתי', דער הייליגער ביהמ"ד, איז ליידער פארשלאסן, איו יוצא ואין בא.

המשך נא להכנס כאן: אריין א ער:


עס איז נישט עטיש אויסצושמועסן, אבער עס איז טריקענע מציאות, וויפול אידן האבן צו פארדאנקען זייער דאווענען בציבור פארן וואודבארין'ער רב הרב מרדכי יונגרייז שליט"א, מאכט א פשוט'ער חשבון, קוקט נאר וויפול מאסן הונדערטער אידן דרייען זיך דורך אין די שוהל אין וואודבארין א פשוט'ע מיטוואך זוממער נאכט, האט איר אמאל אריינגעקלערט: וואו האבן די אלע אידן געדאווענט איידער די יונגרייז עפאכע?  
און דאס אלעס איז צו פארדאנקעם דעם ניקלשבורגע רבי'ן הרה"צ רבי מרדכי יונגרייז שליט"א, וועלכער האט טראץ זיין ביז יעצטיגע פארנומענע סדר היום אלס מקרב לבבות נשברות אין זיין ביהמ"ד און כולל אין בארא פארק, זיין פאזיציע אלס מלמד דרדכי אין ישיבה רבי חיים ברלין, אבער אנשטאט צו נעמען וואקאציע אין די זוממער חדשים און זיך אפריען פון זיין שווערע גאנץ יעריגע ארבייט, האט ער אין די זוממער חדשים צובאקומען דעם פרישן טיטול אלס וואדבארין'ער רב, וואס אונטער דעם טיטול ליגט א שווערע ארבייט, פיזיש און גייסטיש, אנצופירן מיט די ביהמ"ד אין די זוממער חדשים ווי שווערע טויזענטער מתפללים שלענגלען זיך דורך.
א פאָלק'ס ווערטל פלאטערט ארום אין וואודבארין, אז דער רבי האט טאקע א גרויס רבנישע בענקעל ביים אויבן אָן פון שוהל, אבער דער רבי האט דאס נאך כמעט קיינמאל נישט געניצט, נאר איז פארנומען ארומלויפן צווישן די מנינים, פון דער "גן עדן התתון" צום "גן עדן העליון", ארויף צום ביהמ"ד הגדול און אראפ צום גרויסן ביהמ"ד, אזוי אז עס קען נישט זאגן א איד וואס האט אמאל אריינגעוואנדערט - סיי ווען אין טאג אדער נאכט - אז ער האט געפונען דעם רבי'ן זיצן על כסאו אין ביהמ"ד.
אויב זעהט מען איינעם זיצן אויפן רבינס שטוהל אין ביהמ"ד איז עס געווענליך א חשוב'ער רב בישראל וועמען דער רבי האט געזעצט אויף זיין אייגענעם פלאץ, אדער א עלטערער ישיש העכער די הונדערט יאר בלע"ה, וועמען דער רבי האט געשפירט פאר א זכי' אז עלי יניח צדיק את ראשו און האט אים אוועקגעזעצט על כסא רבונותו.
עס איז נישט דא דאס פלאץ איבערצוגיין די היסטאריע ווי אזוי הרב יונגרייז האט איבערגענומען די היסטארישע שוהל אין וואודבארין, וואס איז א געשיכטע פאר זיך, וויפול סייעתא דשמיא עס האט אים באגלייט פון ווען דער רבי איז "פונקט" דורכגעפארן וואודבארין און געזען די הערמאטיש פארשלאסענע טויערן, ביז די ראשי קהילה פון די שוהל האבן באשלאסן איבערצוגעבן די שוהל אין די גוטע הענט פונעם רבי'ן וועלכער האט ברייט געעפענט די טויערן וועלכע וואקלען פלאטרען נאך פון די זוממער וואכן ווען שווערע טויזענטער אידן האבן אנגעקירט די קלאמקע.
דער ניקלשבורגער רבי כ"ק הרה"צ רבי מרדכי יונגרייז שליט"א איז באקאנט מיט זיין זעלטן ווארעם הארץ, וואס גיסט זיך איבר מלא על גידותיו, ווי אזוי דער רבי שליט"א ווייזט ארויס א ווארעמע אהבה פאר די נדכאי לב וועלכע קענען ניצן די עקסטרע ווארעמקייט, ווי אזוי דער רבי טוט אויפלייכטן אידישע הערצער ביים גרויסן יערליכע ל"ג בעומר פייער, וואו עס ווערן פארטיילט מיני מתוקה אויף די בארא פארק'ע גאסן און דער רבי אליין איז מרקד אתלת רינגס און ארום אוןאיז משמיע מדברותיו פאר די טויזענטער פארזאמעלטע.
זוממער אין ניקלשבורג איז א קאפיטעל פאר זיך, שוין עטליכע וואכן בעפאר דער עולם קומט פאקטיש ארויס קיין וואודבארין אויפן זוממער, ומרדכי יצא מלפני המלך, קומט שוין דער רבי אליין ארויס אין שטאט, וואו דער רבי גרייט צו דער באדן אז די שוהל זאל זיין גרייט פאר די טויזענטער מנינים שחרית מנחה און מעריב דורכאויס די זוממער וואכן.


די פיר זיילן
בעצם, וואלט זיך געפאדערט צו שרייבן דא פיר באזונדערע ארטיקלען, איבער די פיר זיילן אויף וואס דאס כלל ישראל ביהמ"ד שטייט, וואס דאס זענען די פיר מקומות וואו מען דאווענעט און מען לערנט אין ביהמ"ד, וואס דאס זענען; דער פאדערשטער גארטן פונעם שוהל, באקאנט אלס "גן עדן העליון", וואו עס געפונט זיך דער בארימטער "כולל מסירת נפש"; די היכל הביהמ"ד וואו עס קומען פאר רוב מנינים שחרית, מנחה ומעריב; דער ביהמ"ד הגדול אויפן אויבערשטן שטאק וואו עס קומען פאהר די פילע מנינים, די שיעורים כסדרן פון בעלי מוסר ובראשם הגאון רבי משה מאיר ווייס שליט"א פון סטעטן איילענד; והאחרון חביב דער הערליכער אזוי איינגענעמער "גן עדן התחתון" אונטער ביהמ"ד וואו עס דאווענט זיך מיט א זעלטנער געשמאק, איש תחת גפנו ואיש תחת תאנתו.
כנגד ארבעה בנים דברי תורה, מיר וועלן שילדערן יעדע פון איינס באזונדער:


כולל מסירת נפש - גן עדן העליון
דאס ערשטע אין די רייע איז תורה, ותלמוד תורה כנגד כולם. עס איז א שם דבר אין די קעטסקילס ראיאן דער הערליכער מקום תורה, דער "כולל מסירת נפש" וואו יונגעלייט זענען זיך ממית עצמן באהלה של תורה אין די פריער פארטאגס שעה'ן אין די רוהיגע זוממער פארטאגס אטמאספערע אין די קעטסקילס ראיאן.
דער כולל מסירת נפש האט זיך קונה שם געווען אין די לעצטע יארן אלס א מקום תורה אויף די הויכע בערג, ווי צענדליגע יונגעלייט זענען מקדיש זייערע זוממער'דיגע צופרי שעות פאר לימוד התורה, און קומען יעדן טאג מיט "מסירת נפש" צו די צייט, צו לערנען תורה.
טראץ דעם וואס אלע פרטיעקטן פון די ביהמ"ד זענען שטארק באליבט ביים רבי'ן, פארנעמט אבער דער כולל מסירת נפש א באזונדערע ארט אין רבי'נס הארץ, און איז אין א געוויסער זין דער שווארץ אפפעל מיט וואס דער רבי טשאטשקעט זיך, און מיט רעכט, עס איז נישט פארהאן קייין מעגליכקייט אריינצוגיין אינדערפרי צו דאווענען שחרית אינעם כלל ישראל שוהל אן זיך 'אנשטויסן' אין די כולל מסירת נפש, ווי יעדער אויטא וואס פאר דורך וואודבארין קען זעהן פון דער נאנט ווי גרופעס יונגעלייט זיצן פארטיעפט אין זייער גמרא, און יעדער לערנט כל מה שליבו חפץ מיט אזא געוואלדיגע עמקות און התמדה.
 מיט א געוואלדיגע מסירת נפש טוט דער ניקלשבורגער רבי אויסהאלטן די כולל מסירת נפש, וואו די יונגעלייט ווערן געצאלט צייטליך הונדערט דאללאר א וואך. יעדע וואך פונעם זוממער איז דער רבי מוסיף איין דאללאר צום געהאלט, דאס הייסט די ערשטע וואך צאלט מען 101$ די צווייטע וואך 102! ביז מען קומט אן צום נומער פון 109$ ביים ענדע זוממער.
עס איז א נחת דקדושה צו זעהן, ווי אזוי יעדן אינדערפרי, זענען די ספסלי הכולל באזעצט מיט אריבער דרייסיג כולל יונגעלייט וועלכע זיצן און לערנען, ועל צבאם זיצט דער חשובער ראש הכולל שליט"א וועלכער דינט אלס שואל ומשיב צו ענטפרן בכל מקצועות התורה וואו די יונגעלייט פרעגן אן. ביי די זייט זיצט א איידעלער איד, וועלכער דינט אלס צייכענער אז די יונגעלייט קומען צו די צייט פון 7:00 ביז 8:00 אינדערפרי.
די בעלי בתים וועלכע זענען געקומען דאווענען שחרית אינעם כלל ישראל שוהל, האבן געהאט די זכי' אז עס האבן מיטגעדאווענט מיט זיי חשוב'ע בני תורה, די טייערע כולל יונגעלייט פונעם כולל מסירת נפש, וועלכע האבן שוין געהאלטן נאך א שעה פון קורת רוח, פון לערנען תורה באשמורת הבוקר, וואס איבעריג צו זאגן אז דאווענען האט געהאט א באזונדערע ווארעמקייט און געשמאק.
די פאדערשטע גארטן פונעם ביהמ"ד, באקאנט אלס גן עדן העליון, וואו דער כולל געפונט זיך, דינט פאר נאך פארשידענארטיגע אינטערעסאנטע אינטערעסן, וואס פאקטיש איז דאס דער פרוזדור, דער 'אויפנאמע צוממער' פונעם רבי'ן שליט"א, וואו דער רבי שליט"א טוט אנטפאנגען די פילע אורחים וועלכע קומען צום ביהמ"ד.
דא אין דעם גן עדן התחתון, פארנט פונעם שוהל, טוט דער רבי שליט"א אנטפאנגען די רבנים, מארבע כנפות הארץ, פון אלע עקן אמעריקא, וועלכע 'פאלן אריין' דאווענען א מנחה אדער אדער א מעריב אין ביהמ"ד. דער רבי גייט ארויס פון זיין וועג זיי אפצווארטן אינדרויסן פארנט פונעם שוהל, אינעם היכל הכולל, און דער רבי פירט זיי אריין אינעווייניג צום בימת הכבוד אינעם ביהמ"ד.
דא אין דעם גן עדן התחתון, אונטער די ביימער און גראזן, טוט דער רבי ארויסווייזן אזא אפענע אהבה פאר די ספעציעלע נשמות, וועלכע קומען מיט זייערע קעמפס, און דארף דאס איבעריגע ליבשאפט. נישט איינמאל באמערקן פארבייגייער ווי אזוי דער רבי זאל געזונט זיין, כאפט א טענצל בפומבי, פארנט פונעם שוהל, מיט צובראכענע נשמות, פיזיש אדער גייסטיש, וועלכע לעבן ממש אויף קומענדיג במחיצתו פונעם רבי'ן.
עס מאכט זיך אז א קינד אין וואודבארין והגלילות ווערט דריי יאר אלט, למזל טוב, און דער טאטע זוכט א ערפארענדער רבי אדער מלמד ביי וועם צו קומען האניק לעקן. דא אין כלל ישראל שוהל מאכט זיך זייער אפט, ווי טאטעס ברענגען זייערע דריי יעריגע קינדער צום ניקלשבורגער וואודבארין'ער רבי, וואס דער רבי איז דאך דער גאנץ יעריגער מלמד דרדכי אין ישיבת חיים ברלין, און האט לאנגע יארן ערפארונג אין דעם פעלד פון לערנען מיט א"ב קינדער אי ןטאג פון די דריי יאר.
די חאלאקע קינדער וועלן געדענקן זייער גאנצן לעבן, ווי אזוי זייער טאטע האט זיי געטראגן צום רבי'ן אין וואודבארין צו שניידן די האר און מאכן די פיאות, און ווי אזוי דער רבי שליט"א האט מיט א ליבליכע שמייכעל געגעבן פארן קינד האניג צו לעקן, אים אנגעטון די קאפל און ציצית, און מיט אים געלערנט די אלף בית אויפן גרויסן קלארן טאוועל וואס איז אויסגעהאנגען געווארן אויפן וואנט פארנט פונעם ביהמ"ד, נישט ווייט פון די גרויסע "לשמוע אל הרינה ואל התפילה" טאוועל.
דאן אין דעם "גן עדן התחתון" פארנט פונעם ביהמ"ד שלענגלען זיך דורך די טויזענטער אידן וועלכע קומען און גייען אין ביהמ"ד אריין, און דא פארנט פונעם ביהמ"ד מאכט די רבי מיט די פמליא קידוש לבנה באישון לילה, און מען טאנצט דעם טובים מאורות שברא אלוקינו, לויבענדיג דעם באשעפער אז מען איז זוכה אריינצוברענגען א ליכטיגקייט אין די טונקעלניש פונעם גלות.
ושמו את שמי על בני ישראל ואני אברכם, עס איז א דערהויבן סצענע מיטצוהאלטן ווי אזוי דער רבי שליט"א איז מאציל מברכותיו פאר תלמידי הישיבות און אפילו עלטער אידן, וועלכע קומען לברך ולהתברך ביים רבי'ן שליט"א, וכל באי בית מדרשו עוברים לפניו כבני מרון, און דער רבי לייגט ארויף די הענט אויף זיי און לאזט איבער ברכה והצלחה.
דא, אינדרויסן, פארנט פון די שוהל איז דער ארט וואו עס קומט אן אלע טראנספארטן מאכלים און משקאות צום שוהל, דא ווערן אנידערגעלייגט די פילע 'סקיטס' מיט 'טשאלענט בונדלעך' פון וואס עס ווערט פראדוצירט די צענדליגע קראַק פאטס טשולענט און קוגלען לשובע ולא לרזון.
דא, נעבן דעם פאדערשטע חצר הקודש, געפונט זיך דער גינגאנטישער 'פארקינג לאט' וואו די צענדליגע קארס פארקירן, און די אויטאס 'ריען זיך אויס' בשעת ווען זייערע מאטאריסן גייען אריין דאווענען אין ביהמ"ד. דא זיצן די חשוב'ע גבאי צדקה און אידן וועלכע פארקויפן אדער פארטיילן ספרים, 'סי דיס', אא"וו מיט די הכנסה פאר צדקה.


די היכל הביהמ"ד
די הויכפונקט פונעם ביהמ"ד איז זיכער די גרויסע היכל אויפן אונטערשטן שטאק פונעם בנין, וואס דא קומען פאהר די הונדערטער מנינים טעגליך, שחרית מנחה און מעריב. דא אין דעם גרויסן היכל הביהמ"ד זענען אלע זיצן און אפילו שטיי-פלעצער פארנומען פון ברעג צו ברעג, מיט מנינים כסדרן. דא קומט פאהר דער ערשטער 6:15 מנין שחרית יעדן פארטאגס, און האלט אן ביז די שפעטע שעות. דא ווערן אויפגענומען די חשובע מתפללים און די חשובע רבנים וראשי ישיבות וועלכע זענען מאיר פני המזרח. דא דאווענען אידן במתינות פארן בורא כל עולמים, מיט א זעלטענע זוממער'דיגע רוהיגקייט און א אינערליכע תפילה מתוך הרחבת הדעת.
וויפול רבנים וראשי ישיבות, פון די שענסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, האבן באשיינט דעם ביהמ"ד דורכויס דעם פארלאפענעם זוממער, וואס אז מען זאל וועלן פארצייכענען אלע נעמען, איז הזמן יכלו והם לא יכלו. די געוואלדיגע הערצה וואס די רבנים וראשי ישיבות שליט"א האבן ארויסגעוויזן ביים זיך טרעפן מיטן ניקלשבורג'ער רבי'ן שליט"א, וואו זיי האבן ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס כלל ישראל האט פארן רבי'ן שליט"א פארן צושטעלן אזוי פיל מנינים כסדרן מיט אלע צוגעהערן, וכמים פנים אל פנים, האט דער רבי שליט"א אנטפאנגען די חשובע רבנים שליט"א און האט זיי מכבד געווען בכבוד הראוי, און געזען אז זיי זאלן באשיינען די מזרח וואנט, און איבערלאזן ברכת הקודש.
אם אין קמח אין תורה, דארט ביים לינקן זייט שטייט דאס טישל פון 'קמח', דאס טישל וואס ווערט נאכאנאנד איבערגעפילט מיט פרישע זעמלעך, הערינגען פון אלע סארטן, קעזן, כלערליי 'דיפס' און 'ספרעדס', מאסן סעלצזער פלעשער, מיני מתיקה פאר די יונגווארג, אגזוי פרך וריצונים, ניסלעך, ראגעלעך און המן טאשן.
די וועלט זאגט א ווערטל, אז די ווענט פון מאה שערים זענען באהאנגען מיט פילע פלאקאטן, פון קול קורא'ס פון אלע סארטן, וואס מיט דעם קלעב האלטן זיך די אלטע היסטאריע מאה שערים ווענט, לאזט זיך מעגליך זאגן דאס זעלביגע לגבי די ווענט פון די היסטארישע כלל ישראל שוהל, וועלכער איז באהאנגען מיט פילע פלאקאטן, פילע ארטיקלען באגלייט מיט בילדער פון וואכנשריפטן און באראשורן, וועלכע באצירן די ווענט פונעם ביהמ"ד, אומצאליגע צעטליך פון "בקשו רחמים" פאר חולים ומשמשיהם, דאס איז אויסער דער גינגאנטישער "לשמוע אל הרינה ואל התפילה" טאוועל וועלכער הענגט אינעם גרויסן היכל הביהמ"ד, און איז געהאנגען געווארן דורכן רבי'ן שליט"א בכבודו ובעצמו.
חז"ל זאגן אונז: "משל למלך בשר ודם שאמר לעבדיו, עשו לי סעודה גדולה, ליום אחרון אמר לאוהבו, עשה לי סעודה קטנה כדי שאהנה ממך", אידן וועלכע האבן נאר אמאל איבערגעטרויטן די כותלי הביהמ"ד פון ניקלשבורג אין וואודבארין, האבן שוין געשפירט די "מים קרים על נפש עייפה", וואו דער גוף און נשמה האבן הנאה, ווען נאך א לאנגע וועג, גייט מען אריין אויפן לינקן זייט פונעם ביהמ"ד, וואו עס געפונט זיך דער ספעציעלער פאלקס קאך, וואס האט שוין געפיטערט אזויפיל הונגערעגע מיילער, די העכער פינף און צוואנציג קראק פאטס מיט טשאלענט וואס ווערט צוגעשטעלט יעדן ליל שישי, און שפייזט אזויפיל הונגעריגע נשמות, די אומצאליגע טעצער איבער-נאכט קוגעל וועלכע מארשירן ווי ארויס איינס נאכן אנדערן להחיות עם רב, און ווערן געשאצט נאנט צו פופציג ריזיגע טעצער א דאנערשטאג נאכט, די פילע ערליי קאווע, מילך, צוקער און ספלענדא וועלכע זענען ממש מחי' נפשות, טעצער אויפגעשניטענע פרישע פרוכט, רויע און געפרעגעלטע רייז-באדעקטע פישלעך, פילע פריזערס מיט פארפרוירענע זיסקייטן פאר די צאן קדשים, א קערעסטירער ווינקל אינעם אינזעל פון וואודבארין!
ומה כאן עומד ומשמש, דער רבי שליט"א אליין, בכבודו ובעצמו, שטייט און סארווירט די אלע געסט, דער רבי אליין זארגט זיך צוצושטעלן די ברבורים ושליו ודגים, און באדינט די חשוב'ע געסט מיט די אייגענע צוויי הענט. דער רבי אליין לויפט ארום און מאכט זיכער אז עס איז דא גענוג פון אלעמען, דער רבי אליין זארגט זיך אז אלע טראנספארן קומען אן צייטליך, און אלע בילס ווערן צייטליך געדעקט.
דער רבי שליט"א אליין, אני ולא על ידי שליח, טוט מסדר זיין די מנינים, אחת למעלה ושבע למטה, וויפול מנינים עס זאלן דאווענען אין וועלכער לאקאל. עס איז א רוטינער בילד צו זעהן דעם רבי'ן אליין במקלו ותרמילו, אויפרוימען אליין דאס ביהמ"ד לכבוד שב"ק, אלעס זאל זיין ציכטיג קיין, און טאקע דעררפאר, ווי א געטרייער גענעראל, טוט קיינער ישט עפענען דאס ביהמ"ד איידערן רבי'ן, נאר דער רבי אליין טוט עפענען און פארשליסן דאס ביהמ"ד, צו זיין סמוך ונראה צום ביהמ"ד דורכאויס די גאנצע טאג און נאכט.
מיר האבן פערזענליך געהערט פון די קינדער פון רבי'ן שליט"א, וואו די מקורבים האבן זיך געדארפט איינבעטן אז דער רבי שליט"א זאל זיך גיין אנלענען אויף א קורצע וויילע נאכן שטיין אויף די פיס פאר לאנגע שעות נאכאנאנד, אבער דער בי האט נישט געוואלט איבערלאזן אליין זיין שווארץ אפעל פון אויג, דאס הייליג ביהמ"ד, וואס שם שערי השמים לקבל תפלתינו ברחמים וברצון.
אויב מיינט מען אז שבת קודש קען קומען דער מנוחה, ווערט שבת דאסביהמ"ד ווידער באלדערט מיט הונדערטע נצפללים, וועלכע קומען דאווענען אינאיינעם יטן רבי'ן וואס פאלגט נאך מיט א קידושא רבה.


ביהמ"ד הגדול
 ווען די ערשטע הייפעלע אידן זענען געקומען מיט יארן צוריק צום שטאט וואודבארין, און די קאמיטעי האבן זיך צאנגענומען און געבויעט דאס ביהמ"ד, איז זייער עיקר ציל געווען דאס ביהמ"ד הגדול, דער גרויסער שבת'דיגער ביהמ"ד, וואס שטייט אויפן אויבערשטן שטאק פונעם בית המדרש.
דער גרויסער ביהמ"ד איז געבויעט אויפן אלטן ארכילאגישן שטייגער, מיט דער הויכער דאך, גרויסער חלל הביהמ"ד, און פילע זיץ פלעצער.
דא אין דעם גרויסן היכל ביהמ"ד הגדול זענען דורכן זוממער אויפגענומען געווארן פילע בחורי הישיבות, וועלכע זענען געקומען אינאיינעם מיט זייערע מדריכים פארברענגען אין א געהויבענע אבער דערלייכטערטע אטמאספערע, במחיצתו פונעם רבין, וועלכע האט זיי אנטפאנגען ביותרות הכבוד, מען האט אינאיינעם פארברענגט בשירה ובזמרה, געדאווענט א מנחה אדער א מעריב, און מאציל געווען פאר אלע ברכה והצלחה.
דא אינעם אויבערשטן ביהמ"ד קומען פאהר די הערליכע אינהאלטסרייכע שיעורים כסדרן, יעדן דאנערשטאג נאכט דורך הרה"ג ר' משה מאיר ווייס שליט"א, וואס מיט זיין געבענטשע קול אדיר וחזק טוט ער ציען די ציבור המקשיבים צו שלינגען די טייערע פערל ווערטער. עס דארף טאקע דערמאנט ווערן לזכות נשמת הרה"ח ר' אנטשיל צין ז"ל, וועלכער פלעגט געבן א שיעור אין ביהמ"ד, און איז ליידער נפטר געווארן דורכאויס דעם פארלאפענעם זוממער, יהא זכרו ברוך.
אידן אין וואודבארין האבן נארוואס געהאט די זכי' פארלאפענעם מוצאי שבת קודש, במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה, צו זאגן סליחות אינעם מנין הגדול פונעם רבי'ן שליט"א אינעם גרויסן עכל ביהמ"ד הגדול, וואו דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפניה התיבה, און מיט א התעוררות עצום פארגעזאגט די סליחות.
עס איז געווען א דערהויבן בילד, צו זעהן א קיבוץ גליות פון די גאנצע קעטסקילס ראיאן, ווען פון אלע עקן, פארבליבענע אידן וועלכע האבן זיך הנישט אהיימגעיאגט פון די קאנטרי'ס, אדער זענען ארויסגעקומען פראווען נאך א שבת, זענען געקומען "לשמוע אל הרינה ואל התפילה", און געהערט די הארציגע פזמונים ווי אזוי דער רבי שליט"א האט דאס פארגעזאגט בקול רעש גדול אדיר וחזק, שמע קולינו ד' אלוקינו חוס ורחם עלינו, און אויף די זייטן הערט מען זיפצן פון עלטערע גאנץ-יעריגע וואודבארין'ע זקנים וועלכע בעטן זיך אל תשלכינו לעת זקנה, ככלות כוחינו אל תעזבינו.
נאכן סליחות זאגן, זענען די מתפללים פאראיבער לברך ולהתברך, זיך געזעגענען ביים רבי'ן, און וואונטשן א גוט געבענטשט יאר, א כתיב וחתימה טובה, און דער רבי האט מיט א שמייכעל צוריק געוואונטשן, א גוט געבענטשט יאר און א געזונטן ווינטער.


גן עדן התחתון
עס איז נישט קיין ספק, אז די געשמאקסטע פלאץ אינעם כלל ישראל ביהמ"ד איז דער אזוי געשמאקער אונטערשטער גארטן, באקאנט אלס "גן עדן התחתון".
וואו קען זיך א איד פארשטעלן אין זיין פרישסטער חלום, צו דאווענען א שחריתף מלא התבודדות, אינעם הערליכער באקוואסענעם גארטןף צווישן ביימער און שטיינער, זיצט זיך דער אידל מיט זיין סידור'ל, ער קוקט ארויף אויף די שערי השמים, עס בלאזט אריין א קיהלער ווינטעל ווען אלע ענטפערן אינאיינעם אמן יהא שמי' רבה, כנהר היוצא מעדן, אה!
זיצט זיך דער אידל און איז פארזינגען אין זיין דאווענען, איש תחת גפנו ואיש תחת תאינתו, עס איז א דערהויבענע געשמאקע אטאמאספערע וואס לאזט זיך גארנישט באשרייבן. איי וואלט זיך דער נעים זמירות ישראל ר' יו"ט עהרליך מפנק געווען מיט דעם גן עדן התחתון אז טאקע דארט זאל מען מקבל שבת זיין אויפן פעלד מיט די בעלי חי, וועלע טשיפשענען און זינגען מיט פרק שירה.
עס איז א הערליכער בילד צו זעהן ווען דער רבי קומט ארויס נאכן דאווענען אריין צו די שערי גן עדן התחתון, און אום חודש אלול פארוויקליכט דער רבי דעם תקע בשופר גדול אונטערן בלויען הימל, ווען דא און דארט לייגן אידן צוזאם זייערע רבינו תם'ס תפילין און זענען נהנה פון דעם באשעפערס ווינדער.

כלל ישראל זאגט צום כלל ישראל שוהל, לא יתנשו מנהון, ולא תתנשון ממך, מיר זענען טאקע אוועקגעפארן פון וואודבארין, אבער מיר געזעגענען זיך נישט פון דיר, צום ווידער זעהן אי"ה קומענדיגען זוממער תשע"ו, ווען אלע בתי מדרשים וועלן מיט קומען קיין ארץ ישראל.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.