רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 10 בספטמבר 2014

הונדערט טויזנט אידן האבן נהנה געווען פון תורה, עבודה וגמילות חסדים אין כלל ישראל'ס בית מדרש אין וואודבורן,

דער מרא דאתרא ניקלשבורגער רבי שליט"א האט מזכה געווען כלל ישראל מיט טויזנטער מנינים, טויזנטער מעשי חסד, עסן פאר טויזנטער הונגעריגע, שיעורי תורה און א כולל אברכים

וואודבוירן. – שליסנדיג דעם זומער סעזאָן האט דער באַרימטער "כלל ישראל שול" אין וואודבוירן ווידער אָפּגעצייכענט א זעלטענעם סוקסעס, ווען במשך דעם פאַרלאָפענעם זומער, האָבן אַזויפיל ווי אַריבער הונדערט טויזנט אידן בליעה"ר, יונג און אַלט פון אַלע שיכטן און קרייזן, זיך דורכגעדרייט דעם געוואלדיגן צענטער פאר תורה, עבודה וגמילות חסדים קומענדיג מיטהאַלטן די תפלות און שיעורי תורה וואָס איז אָנגעגאַנגען כמעט פיר-און-צוואָנציג שעה רונדע דעם זייגער, במשך רוב טעג פונעם זומער-סעזאָן.

להמשך כנסו כאן:
 
דער "כלל ישראל שול" אין וואודבוירן איז דאָס יאָר ווידעראַמאָל אָנגעפירט געוואָרן דורכן באקאנטן מרביץ תורה, איש החסד, מקרב לבבות ישראל לאביהם שבשמים, מזכה הרבים, הגה"צ רבי מרדכי זאב הלוי יונגרייז שליט"א ניקלשבורגער רבי, וועלכער איז שוין פקיע שמיה מיט זיינע מעשי חינוך וחסד שוין אסאך יארן, און בפרט אין די זומער טאג, און ווי אלע יארן האָט ער במשך די לעצטע נאָנט צו ניין וואָכן, כמעט נישט געזען דעם שלאָף פאר די אויגן, און מיט א געוואַלדיגן אהבת ישראל און מסירות נאמנה, זיך אַוועקגעגעבן אָנצופירן אַלע פּעולות פון די שול, אָנגעהויבן מיט'ן אָרגאַניזירן די מניני תפלה איינס נאָכ'ן צווייטן, אַהערצושטעלן די שיעורי ברבים ובחברותא, צוצושטעלן כסדר'דיגע טעימה, ובפרט יעדן ליל שישי און אַזוי ווייטער.
דער ביהמ"ד ווירבעלט אומאויפהערליך מיט מאסן אידן וועלכע באַלאַגערן דעם ביהמ"ד, אַריינגערעכענט א ריי מיט גדולי ישראל שליט"א וועלכע קומען אַריין בקביעות אָדער מזמן לזמן, ווערנדיג באַגייסטערט פון דעם רייכן געווירבעל וואָס דער ביהמ"ד שטעלט מיט זיך פאר.
די בית המדרש דינט פיל מער ווי בלויז א פלאץ צו דאווענען, זינט די התייסדות איז די ביהמ"ד פארוואנדלט געווארן אין א לייכטורעם פאר די געגנט, א צענטער פון תורה און חסידות, און א ווארימע מקום קדוש ווי א יעדע איינציגע איד שפירט זיך אנגענעם און באקוועם, א דאנק די שטראלנדע פערזענליכקייט פון די ניקלשבורגע רבי שליט"א, 24 שעה א טאג טרעפט א יעדע איד דארט א ווארימע היים, ובפרט אין די טעג פון סוף און אָנהייב וואָך, ווען טויזנטער אידן  וואָס קומען אַרויס אין די קאָנטרי'ס נאָך א שווערע וואָך אַרבעט, טרעפן זיי אינעם ביהמ"ד א הערליך צוגערישטן ווינקל וואו מ'קען דאַווענען מיט רואיגקייט און מנוחת הנפש, און דערביי נאָך נהנה זיין פון דעם סבר פּנים יפות וואָס דער ניקלשבורגער רבי שליט"א צייגט יעדן אַרויס.
ווען א איד קומט אריין אין בית המדרש ווערט ער באלד ארומגענומען מיט א ווארעמע קבלת פנים און פילט זיך באקוועם און רוהיג זייענדיג במחיצתו פונעם גרויסן אוהב ישראל, דער ניקלשבורגער רבי שליט"א וועלכער וועט זארגן פאר אים, אים צושטעלן א מניין, און אויב ער איז א אבל אין די יאר אדער יארצייט וועט דער רבי אים פארזיכערן מיט א מניין צו דאווענען פארן עמוד. דער רבי וועט נאכן דאווענען זאגן א דבר תורה, זינגען א ניגון און מכבד זיין מיט עסן, קאלטס און ווארעמס.
במשך די גאַנצע וואָך איז דאָרט צוגעשטעלט רייכע איבערבייס און תיקון. די אלע גראסעריס אין די גאנצע אנגעפילטע מארקעט אין וואודבורן לויפן אויס פון עסן, די פאליצעס ווערן אויסגעליידיגט פאר די פולע עסן אין בית המדרש, און דער רבי אליין, משה עומד ומשמש, דער רבי איז מכניס אורחים און פארעט זיך אליין פאר יעדן איד. ובפרט יעדן ליל שישי און ערב שבת ווען דער ניקלשבורגער רבי שליט"א שטעלט צו א רייכן טועמי' פון נאַרהאַפטיגע  טשאָלענט וואָס ווערט פאַרטיילט לכל דכפין. צוליב דעם גרויסן צופלוס פון מתפּללים האָט דער ניקקלשבורגער רבי שליט"א איינגעקויפט נאָך אַכט גרויסע  טעפּ, אין צוגאָב צו די ביז-איצטיגע אַכט, און אַזוי ווערט אויף יעדן ליל שישי צוגעשטעלט זעכצן גרויסע טעפּ טשאָלענט מיט וואסן מאסן אידן זענען זיך ממש מחי'.
 במשך די זומער וואָכן איז דער כלל ישראל שול ספּעציעל געווען די אכסניא של תורה פון צענדליגער רבנים גאונים וצדיקים, אדמורי"ם, רבי'ס, ראשי ישיבות,  משגיחים, רבנים, מגידי שיעורים, ראשי כוללים, מרביצי תורה שליט"א וועלכער ווילן דאווענען מיטן גרויסן ציבור און שעפן תענוג ונחת פונעם ניקלשבורגער רבי'ןס עבודת הקודש ווי ער איז מקרב יעדן איד.  און האָבן זיך אויסגעדרוקט, אַז ביים אַריינקומען אין די שול שפּירט  מען זיך ווי א חלק פון "כלל ישראל" ובתוך עמי אנכי יושבת, און כולם פּה אחד האָבן איבערגעלאָזט וואַרימע ברכות פאַר די פילצאָליגע מתפּללים ולומדים פונעם ביהמ"ד.
דער רבי שליט"א וועלכער איז א נעים זמירות ישראל און פארפאסט אליין הערליכע ניגוני דביקות והתעוררות, מאכט זיכער צו אריינברענגען שמחה און ווען דער רבי זעהט א צובראכענעם איד וועט דער רבי אליין ארויסגיין אין א טאנץ און מאכן פרייליך דעם איד.
די "כלל ישראל שול" איז די אכסניה של תורה פאר א כולל אברכים, וועלכע שטייט על שם רבי מרדכי באנעט דער ניקלשבורגער רב, דער זיידע פון רבי'ן, אין דעם כולל לערנען קרוב צו דרייסיג יונגעלייט בהתמדה דורכאויס די זומער וואכן, און דער רבי שליט"א מיט מסירות נפש און אהבת התורה איז נושא בעול אז די הוגי תורה זאלן באקומען החזקה און אזוי ארום האלטו די שול א מקום תורה יעדע שעה פון טאג. נישט גרינג קומט אן צו שטיצן די יונגעלייט אבער דער רבי ווייסט נישט וואס דאס מיינט "שווער" און ארבעט מיט מסירות נפש למען החזקת התורה.
ווען מען זעהט די צענטער פאר תורה עבודה וגמילות חסדים קען מען מיינען אז דאס קומט אזוי נאטורליך, אבער אין פאקט האט די שול געפוסטעוועט יארן לאנג. די שול איז געבויעט געווארן מיט הונדערט יאר צוריק, און מיט יארן צוריק איז זי געווען א גאר אקטיווע שול, א מקום ווי גדולי עולם ווי מרן רבי משה פיינשטיין און צעלימער רב זצ"ל האבן געדאווענט דארט. אבער נאך יארן, ווען די אלטע שול עסקנים זענען אלט געווארן האט די שול געפוסטעוועט.
דער רבי האט געזעהן ווי אזא הייליגע שול איז פארנאכלעסיגט און גלייכצייטיג איז פארהאן אזא גרויסע נאכפראגע, אידן זוכן מנינים, אידן חיובים זוכן א מניין צו דאווענען פארן עמוד. דער רבי האט זיך אריינגעלייגט און געבעטן די אלטע אייגענטימער אז ער וויל מחזיר זיין עטרה ליושנה און צוריק אויפבויען די שול אלס א צענטער פאר תורה ויראת שמים.
מיט דריי יאר צוריק האָט דער  ניקלשבורגער רבי שליט"א מברך געווען על המוגמר און מבשר געווען פאַר כלל ישראל די בשורה טובה ומרנינה, אַז מ'גרייט זיך אָט אָט אָפיציעל אָפּצוקויפן די אור-אַלטע געביידע פון די שול, וועלכע איז  געוואָרן מיט מסירת נפש דורך די אַמאָליגע ערשטע אידישע תושבים אין אַמעריקע, און איז שוין אַריבער הונדערט יאָר א  מקום תורה ותפלה. בשעתו האָט דער ניקלשבורגער רבי שליט"א באַוויזן צו שענקן די ערשטע צען טויזנט דאָלאַר דעפּאַזיט פאר דעם בנין, וואָס האָט אָנגעהויבן צו ברענגן נענטער צום רעאַליטעט אַז דער  בנין זאל אָפיציעל אָפּגעקויפט ווערן אַלס א בנין פאַר כלל ישראל.
במשך די עטליכע יארן האָט דער שול אין וואודבוירן זיך איינגעקויפט דעם זעלטענעם כתר שם טוב, וואָס האָט כסדר געצויגן נאָך און נאָך אידן וועלכע זענען געקומען מיטהאַלטן די תפלות. ווען נאָר אימער עס האָט זיך נאָר געמאַכט אַז מ'איז אַריינגעקומען אין די שול, האָט מען זיך באַלד באַגעגענט מיט'ן סבר פּנים יפות פונעם ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א וועלכער האָט יעדן מקבל פּנים געווען בסבר פּנים יפות, און באַלד צוגעוויזן וואו עס שטעלט זיך א מנין. זאָל עס זיין פון אינדערפרי ביז קרוב לחצות היום ווען מ'האָט געדאַווענט שחרית, פון די פריע נאָכמיטאָג שעות ביז צום זמן צאת הכוכבים ווען מ'האָט געדאַווענט מנחה, און אינצווישן האָט זיך שוין אָנגעהויבן די מנינים מעריב וואָס האָט זיך אין אַלגעמיין פאַרצויגן ביז עטליכע שעה נאָך חצות הלילה. און בנוסף קען מען טועם זיין און אַריינצוכאַפּן א ברכה פונעם גרויסן מזכה את הרבים ובנן של קדושים שליט"א. און טאנצן מיטן רבי'ן שיינע ריקודין, און הערן וואַרימע דברי חיזוק והדרכה.
דורכאויס די זומער-וואָכן האָט זיך ספּעציעל אָנגעזען אין די געגענט פונעם ביהמ"ד די אָנוועזענהייט פון די פּאָליצייאישע באַאַמטע, וועלכע האָבן במשך דעם זומער אָפטמאָל געדאַרפט קאָנטראָלירן דעם טראַפיק צוליב דעם גרויסן אנלויף פון אַזאַ מאַסיוון ציבור מתפּללים ולומדים בליעה"ר. ווי די פּאָליציי שאַצט, האָבן במשך די בלויז אַכט-ניין וואָכן איבער'ן זומער, זיך דורכגעדרייט אינעם ביהמ"ד אַזויפיל ווי אַריבער הונדערט טויזנט אידן בליעה"ר! און די פּאָליציי פאַרלאַנגט שטאַרק אַז מ'זאָל דרינגענד אונטערנעמען שריט אויסצוברייטערן דעם ביהמ"ד אויף די קומענדיגע יאָרן - משיח זאל אוודאי פריער אָנקומען - כדי עס זאל ח"ו נישט קומען לידי סכנה. און ווירקליך, די עסקנים בראש פון רבי'ן ארבעטן אויף גרויסע פלענער צו איבערבויען נאך גרעסער און שענער לשם ותפארת.
תם ולא נשלם, האַלט דער ציבור זיך שוין אינמיטן אומקערן אַהיים פון די קעמפּס און קאָנטריס, אָבער דער ביהמ"ד בלייבט נאָך ווייטער אָפן פאר די אידן וואָס וועלן פאַרבלייבן אין קאָנטרי ביז צו די ימים הנוראים הבעל"ט, און אין די טעג איז שוין באַריכטעט געוואָרן די פּונקטליכע זמנים פון אמירת סליחות קומענדיגן מוצש"ק פּרשת נצבים וילך, יום א' דסליחות הבעל"ט.
השי"ת וועט זיכער מקבל זיין די תפלות ישראל לרחמים ולרצון, ולשמוע אל הרנה ואל התפלה.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.