רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 22 במאי 2018

לא לעולם חוסן

נאך אזא זיסע לעכטיגע חג השבועות בלע''הר האבן מיר געקענט חלילה פארגעסן דאס אכתי עבדי דאחשורוש אנן און משיח צדקנו איז נאך אלס נישטא.. און טאקע היינט צופריה זענען מיר שוין אויפגעשטאנען צו שווערע נייעס.
די בנים האדמו''רים פונ'ם מאנסי-וויז'ניצער די שבעת הנרות בוציני קדישי שליט''א זענען הערויס מיט א קול קורא בגזירת מלכי רבנן בעלי רוה''ק נישט צו פובליצירן זייערע הייליגע צורות בשופו''א בעולם כלל וייל דאס איז געוועזן די שיטה הקדושה און דרך עבודת השי''ת פונ'ם הייליגן פאטער דער קדושת מרדכי זי''ע..  
אזוי מיטאמאל דאס גאנצע תועלת פון יראת שמים און קידוש העיניים וואס מיר האבן געהאפט צו שעפן פון די דאזיגע הייליגע צורות איז צונישט געווארן ומי תן ראשנו מים ועיננו מקור דמעה על האי שופרא דאישתקלא מינן והמקום ינחחמנו..
אגב. איך האב אמאל געמיינט דאס אין מאנסי זיצט גאר א רייכער ויז'ניצער רבי וועלכער פארטראגט נישט דאס מען זאל איהם פאטאגראפירן (ער איז טאקע נישט געווען פאטאגעניש..) אבער סא'יז מיר נישט איינגעפאלן אז דאס איז גאר געוועזן עיקר לב החסידות. אבער מען איז קיינמאל נישט צו אלט צו לערנען..
יהודי פשוט

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.