רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 18 במאי 2018

זכרתי ימים מקדם / לכבוד חג השבועות

אלס א יונגער בחור אין דער אמשינובער ישיבה פלעג איך נוצן מיין (באגרעניצטע) טאלענטן נאכצומאכן  אינטרעסאנטע אקצענטן און מימיקן אינטרעסאנטע באוועגונגען צו אויפלעבן מיינע חברים'ס חתונות און שבע ברכות'ן.
מטבע הדברים דאס איך האב געמוזט כסדר פארברייטערן מיין ראפורטואר מיט פרישע גוטע סחורה. און לשם דעם דאזיגן מצווה פלעג איך זיך דריען דא און דארט ווי צו ביישפיל הערום רבי דויד ברסלביר, דער בודהפעשער הויבט מעלטטש דער גרוסער סרולי (המכונה באנדעליך), זיין חבר און בר פלוגתא רבי חיים יאנקל (האניקוועצ׳ער) און רבי בן-ציון אניקסטר ע״ה אין מאה-שערים'דיגע שטיבליך, ווי אויך אונטער די פענסטער פון ישועות-יעקב שטיבל ווען הרב שולמן ע''ה האט געטאהן זיין מצווה פאר זיינע עטליכע עובר-ובטל'ס למחצה ושליש מיט'ן 'שיעור' ייעלכער האט זיך כסדר אנגעהויבן מיט זיי וואך מאכן די תלמידים מיט אפאר נייעס ארטיקלען וועלכע ער האט פאר זיי ׳פארגעליינט׳ פונ׳ם לא היה ולא נברא פרעססע מיט א ירושלימער יום-טוב הפטרה ניגון: דער בלאט זאגט דאס צוויי געהרגעטע אין חיפה זענען פארוואונדעט געוואן אין אן אויטאמאביל אומגליק.. און די רייפע תלמידים האבן געמומלט לפי טבע העניין נעביך נעביך.. אדער גוט גוט..
איך האב אויך כסדר צוגעהערט פון פענסטער אין מאה-שערים גאס דעם סטראפקעווער רבי׳ס זי''ע שיעור אין חומש מיט רש''י וואס ער זי״ע האט פארגעלערנט פאר זיינע פיהר מיט א האלב פארשלאפענע בעלי בתים, און זיין טיפע שטימע, מיט די אטענטישע הסברה איז געוועזן סחורה ווי גאלד וואס האט געמאכט מיינע צוהערער קלאגן און וויינען פון געלעכטער.
אבער דער אינטרעסאנטסטער איז געוועזן איינער פונ'ם סטראפקאבער רבי'ס געטרייע שבת-חסידים א אונגערישער דינער הויכער איד מיט ווילדע לאנגע וויסע פיאות וועלכער האט געפיהרט א ביזי ירקות געשעפט'ל פון 'מציאות' לעבן בהר''ן טויער פון שוק מאה-שערים, מען האט איהם גערופן פייבאלע פון די גרינס. דער פלינקער יוד האט דיריגירט איבער די גידענג פון קליענטן מיט א גאר א עקצענטירטע אונגארישער מעלאדישער אידיש, ער האט אויך אייביג געהאט זיין אומפארגעסבארן 'פסק׳ פאר'ן נודניק וועלכער איז איהם דערגאנגען זיינע געשפאנטע נערוון..
(ווען איך וואלט נאר געוואוסט דאס מען וועט מיר איין טאג הערויספליקן פון די ישיבה און דער רבי פייביש וועט נאך זיין מיין זיסער ליבער שווער נ''ע וואלט איך אפשר צווי מאל געטראכט, אבער דאן איז דער איד געווען מיין בעסטער שטערן און דער עולם האט זיך טאקע געווארפן ביזן פארלירן דעם אטעם און אייביג גאפאדערט נאך אביסל פונ׳ם אונגארישער רבי פייבאלעפון די יעערוקעס..)
בקיצור, סאיז געווען א רעגנדיגע ענדע ווינטער אוונט און איך האב גענומען שוץ אונטערן חצר טויער נעקסט צו חנה פון די פיש און געהערט ווי רבי פייבל פראבירט צו פארשליסן און ערגערט זיך צו פארטרייבן אפאר שפעטע פגעים. וועלכע האבן גע וואלט האבן נאר אביסל דאס אדער יענץ.. מיטאמאל זעה איך ווי דער אפגעריסענער פארביטערטער דויד ברסלבר שלעפט זיך פארביי און הער ווי דער רבי פייבל באגרוסט איהם מיט גרויס חיבה און ער לאדנט העריין רעבע-דאוועד׳ל אין זיין קיאסק'ל פאר א ווארט א ציגארעטל און א ווארעמא גלאז קאווע..
נו נו.. די הארץ האט אין מיר געזעצט ווען איך האב צו זיך געקלערט נא דיר בחור דיין מזל'דיגע אוונט סחורה צוויי פויגל מיט איין שאס.. און איך בין טאקע נישט ענטוישט געווארן.
איך האב יענעם ג'בענשטן אוונט צוגעהרט צו א מיליאן דאלער ווערדע סוד שיח בעיקר פון רבי דוידל'ס בקיאות אין די געהיימע טעמעס פון נישט-גוטע ל״ע ווי שדים, רוחות כישוף-מאכערס עיין הרע געבערס און סתם מענשליכע כלבים און כלבים שבכלבים.. אא״ו ביז רבי פייבל רופט זיך אן און זאגט איהם: רבי דועד'ל טייערער, לאמיר שוין אויך רעדן פון עפעס גוטס.. ס'איז ברוך השם גרויסע צייטן אין ירושלים.. מיר האבן דא א הייליגער גאסט אין שטאט.. (ס'איז געוועזן תשכ''ה די טעג פונ'ם סאטמרער רבי'ס גראנד וויזיט)
פאבולו זיסער, רופט זיך אן דויד מיט זיין שווערע שטאמער: ווווא וווא ווואס האט דער זיך אזוזוי פאפארהייליגט ביי דיר?!
איי רבי דויד'ל.. פראבירט רבי פייבל: ער איז נישט א פשוט׳ער רבי, איך האב אליינס געהערט פון דער סטראצקעווער רבי דאס דער סאטמארער רבי איז פאר דרייסיג יאר נישט געשלאפן אין א בעט..  
נאך אלאנגע שטילע מינוט הער איך ווי דויד בריהמט מיט א ביטערע אגיטאציע שטאמער און זאגט: נע נע נענעביך..  דע דער קורח רייכער אמריקטנער רבי שלאפט נישט אין בעט?!  ללאמיר איהם האבן ששלאפן איין נאכט אין מממיין בעט.. און דויד וועט דרעמלען אין זיין וואויל פפא פאטעל... און דדריי גבאים שטיין איבער איהם און פערטרייבן די מוסקיטן.. ע״כ. זי״ע ועכי״
יהודי פשוט

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.