רשימת הבלוגים שלי

יום חמישי, 23 באפריל 2015

מי הם הציונים הסאטמארים או הויזניצאים?

מאת סאטמארער

החומר באידיש אז בכמה מילים נביא קיצור, גיסו של האהרוני הרב ארנסטר שאל את האהרוני מי ציוני יותר, קרא לבנו של האהרוני מנדלי שאז היה ילד קטן, ושאל אותו מי זה הרצל, והוא ידע בדיוק כל פרט, ככה עם בן גוריון וציונים אחרים, לאחר מכן קרא לבנו ושאל מי זה הרצל הוא כלל לא ידע מי זה, ואז שאל הרב ארנסטר את אהרן טייטלבוים - אז עדיין לא היה רבי - נו, אז מי הם ציונים?

איינמאל זיצנדיג ביי זייער שווער'ס טיש האט הרב מנחם ערנסטער געזאגט פאר רבי אהרן טייטלבוים.
דו ווייסט, עטס זענטס סאך גרעסערע ציונים ווי אונז?
"פעה, נארישקייטן," זאגט אים ר' אהרן. הרב ערנסטער פוילט זיך נישט און רופט צו ר' אהרנ'ס עלטסטער זון מענדעלע, דאן א קליין קינד, און זאגט אים, "ווער איז געווען הערצל?" דער קליינער האט אראפגעלייגט מיט זאפט ווער הערצל איז געווען מיט זיין גאנצע ביאגראפיע. ער האט פארשטייט זיך נישט געזשאלעוועט קיין ימח שמו'ס און קיין פוי'ס אבער ער האט ארויסגעהאט דעם הערצל, זיין גאנצע היסטאריע, מיט אלע מפרשים. "און ווער איז געווען בן גוריון?" ווידעראמאל די זעלבע זאך, און אזוי אראפ די גאנצע ליסטע פון פאונדינג פאדערס און די אלע פירערס פון די מדינה.

דאן רופט הרב ערנסטער צו זיין אייגענעם זון, ישראל, און פרעגט אים ווער איז געווען הערצל? דער יונגל ציט מיט די פלייצעס און האט נישט קיין אהנונג וואס דער טאטע וויל פון אים. דאס זעלבע איז געווען מיט בן גוריון און מיט משה דיין, משה שרתוק און לוי אשכול. ניטאמאל האט ער געוואוסט ווער טעדי קאלעק איז...

"און ווער איז געווען דער בעל שם טוב ווייסטו יא?" דא האט דער זויערער פּנים פונעם קליינעם אויפגעשיינט און ער האט אנגעפאנגען צו שילדערן די גאנצע ביאגראפיע פון די מייסדי החסידות און דעם גאנצן שושלת אראפ ביז צו דעם אמרי חיים, אזש מען האט אים נישט געקענט פארמאכן מער דאס מויל.

דרייט זיך הרב ערנסטער אויס צו ר' אהרן און זאגט אים, "נו, ווער זענען די אמת'ע ציונים? אין וועלכע מוסד לערנט מען ליבה מיט די גאנצע היסטאריע פון מדינת ישראל?"
מזרחיסט נכנס לבית הכנסת ומחפש ספר חסידי על יום עצמאות. אמרו לו יש רק ספר אחד שמדבר על החג ..  ויואל משה

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.