רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 3 במרץ 2023

בשל מחלוקות במשפחות האדמורי"ם המשיח לא בא


 אין שום יאוש:
מיר האלטן פאר פורים און כלל ישראל דארף גרויס רחמים מען זעהט אזוי פיל דינים אויף דער וועלט מען ווארט אויף א נס פורים מען ווארט אויף די גאולה דער עולם איז צימישט קיינער כאפט נישט וואס זאל מען טאן ❓
🔥🔥🔥🔥🔥🔥
דער שטן עמלק איז אזא געמיינער יונג ער לאזט נישט דעם עולם זיך אויפוועקען פין שלאף און כאפן אז מען דארף שוין יעצט תשובה טאן פאר חלילה ווער ווייסט וואס קען נאך חלילה געשעהן, מען דארף מאכן שלום אויף דער גאנצע וועלט און זיך גרייטן צי פויעלן ישועות דעם פורים

ווען מען וויל באזיגען א שונא דארף מען קודם וויסען ווער איז מיין שונא און וואס זענען זיינע זאכן ווי אזוי ער וויל מלחמה האלטן מיט מיר אזוי ווייסט מען ווי אזוי אים צי באזיגען 
🔥🔥🔥🔥🔥
לאמיר קוקן וואס האט המן הרשע געטאן צי קענען שלעכטס טאן פאר אידישע קינדער ער האט גערעדט לשון הרע אויף אידען ער האט געזיכט צי מאכן מחלוקת און פירוד לבבות צווישען אידישע קינדער און גורם געווען אז מען זאל זיך קריגען אויפן צדיק אמת מרדכי הצדיק

אבער מרדכי הצדיק און אסתר המלכה האבן פארשטאנען אז כדאי צי מבטל זיין די ביטערע גזירות המן מיז גאנץ כלל ישראל זיין באחדות "לך כנוס את כל היהודים" 
🔥🔥🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥🔥🔥🔥
און אזוי אז מען וועט שרייען צים אייבערשטען און הערען וואס מרדכי הצדיק לערענט מיט די קליינע קינדער אזוי האט מען זוכה געווען צי אוועק לייגען דעם שלעכטען המן און געברענגט א נס פורים

טייערע חשובע אידישע קינדער סאיז קלאר אז מיר דארפן שוין אויסגעלייזט ווערען אבער אונז דארפן א מרדכי צדיק וואס זאל אויסשרייען דעם "ויזעק זעקה גדולה ומרה לך כנוס את כל היהודים" שוין העכסט צייט אז גאנץ כלל ישראל זאל זיין באחדות מען דארף נישט ווארטן ביז עס זאל חלילה זיין אזא גזירה פין להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים וואס באמת די אראבערס און די גוים ווילען דאס 
🔥🔥🔥🔥🔥🔥
איז אונזער עצה איז איין זאך נאר אחדות און אמתע שלום געניג געווען מיט אלע נערישע מחלוקת צווישען די אלע חסידות'ן אדמורים ורבנים לאמיר ראטעווען כלל ישראל

וועט א מענטש זאגן אז וואס האט די גאולה מיט אחדות ציטאן קודם זאלן אלע אידען תשובה טאן זיכער איז די סמארטפון שילדיג און די לאנגע שייטלעך אבער די רביס און די חסידות'ן און די בתי דינים קענען דערווייל זיך קריגען און אנגיין מיט זייערע פאלטשע לשם שמים מחלוקת און פאניגען מענטשען ביי דין תורות ❓❓❓
🔥🔥🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥🔥🔥🔥
אבער די מדרש זאגט נישט אזוי נאר פארקערט אז אויב גאנץ כלל ישראל וואלט זיך געהאלטן באחדות און אפילו כלל ישראל וואלט געווען אין נידריגע מדרגות וואלט קיים שום דינים ואומה ולשון נישט געקענט טאן שלעכטס פאר אידישע קינדער

קוקטס אריין אין די מדרשים אויף מגילת אסתר אין וואס פאר א נידריגע מצב כלל ישראל איז געווען אין די צייט פין גזירת המן זייער נידריג און ליידער אידישע קינדער זענען געווען חתונה געהאט צי גויטעס רחמנא לצלן און המן הרשע האט דאס געוויסט ממילא האט ער טאקע געהאלטן אז ער גייט קענען הארגענען גאנץ כלל ישראל ווייל דער אייבערשטער האט זייער שטארק פיינט זנות 
🔥🔥
אבער מרדכי הצדיק ואסתר המלכה האבן געוויסט אז אפילו אין אזא נידריגע מצב איז די עצה עס זאל זיין אחדות און דער אייבערשטער האט זייער ליב אחדות צווישען זיינע קינדער מער ווי דער אייבערשטער האט פיינט זנות און אזוי האט מען טאקע מבטל געווען די גזירה

אויב כלל ישראל נאך 70 יאר גלות ווען זיי האבן נאך געהאט צדיקים נביאים דאך זענען זיי אזוי נידריג אראפ געפאלן ביז חתונה האבן מיט גויטעס רחמנא לצלן און דורך אחדות איז געקומען די נס פורים 
❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥
איז דאך זיכער אז אונזער דור וואס איז שוין באלד 2000 יאר אין א ביטערע גלות נאכן אריבער גיין ביטערע וועלט מלחמות און אזוי פיל ביטערע נסיונות וואס איז קיינמאל נישט געווען ממילא קען מען דאך נישט האבן קיין שום טענות אויף אידישע קינדער, איז דאך זיכער אויב גאנץ כלל ישראל וועט זיך יעצי ציזאם נעמען און מאכן שלום איז די גאולה גלייך דא

נאר סאיז א פרובלעם רוב מנהיגים קענען נישט עכט רעדען וועגען שלום מאכן צווישען אידישע קינדער ווייל זיי אליינס דארפן קודם ווייזען פארן ציבור אז זיי לעבען מיט שלום און מעביר על מידותיו 
🔥🔥🔥🔥🔥
ממילא מיז זיך עס בדורינו אנהייבן דער געשריי פין שלום פין דעם המון עם און די מנהיגים וועלען אי"ה אויך נאכקומען און נישט וועלען מער אפהאלטן די גאולה פין כלל ישראל

מען דארף זיי דן זיין לכף זכות אז געוויסע מנהיגים ווייסען טאקע יא אז אויב עס ווועט זיין שלום צווישען אידישע קינדער קומט גלייך משיח צדקנו, אבער זיי האבן מורא אז אויב משיח צדקנו וועט קומען ענדיגט זיך זייער גאנצע שפיל און דער אמת וועט נתגלה ווערען און אלע חסידים וועלען אים אפלאזן און גיין צי משיח צדקנו זאל זיין זייער מנהיג 
🔥🔥🔥🔥🔥🔥
נו סאיז טאקע א שווערע נסיון פאר זיי אבער ווער עס וועט יא האבן א חלק אין מקרב זיין די גאולה וועט אים משיח גוט באלואינען מיט גרויס שכר

סאיז א וואך פאר פורים מיט וואס גרייט מען זיך צים פורים צי א טאג וואס איז העכער פין יום כיפור 
🔥🔥🔥🔥🔥
מיט וואס איז עס העכער פין יום כיפור ❓
❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥
ווייל יום כיפור איז נישט מכפר אויף עבירות שבין אדם לחברו אבער פורים קומט אראפ אזא גרויסע אהבה פין בין אדם לחברו מיט די אלע מצוות פין משלוח מנות איש לרעהו מתנות לאביונים אז פורים ווערט מען ריין אויך פין אלע עבירות פין בין אדם לחברו

וויפיל מען וועט רעדען אז דער גאנצער גאולה איז תלוי אין אונזער אהבת חינם איז נישט געניג ווייל דאס איז יעצט די איינציגסטע זאך מיט וואס אונז קענען יעצט זוכה זיין צי די גאולה שלימה 
❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥
כלל ישראל איז די הייליגסטע פאלק יעדער וואלט זיך געדארפט נאטירליך אזוי שטארק ליב האבן אויסגיין צי טאן א טובה פאר א צווייטען איד, סאיז באמת נישט דא נאך אזא תענוג ווי העלפען און געבען און מחזק זיין און משמח זיין א צווייטען, דאס איז דער גרעסטע תאווה אויף דער וועלט דאס איז א נאטירליכע איד בני אברהם אבינו מדת החסד עולם חסד יבנה

בך חותמין שטייט פין צדיקים אז די גלות וועט זיך ענדיגען מיט די מדת החסד, גאונים בתורה און צדיקים שרפי מעלה בעבודה האט דער אייבערשטער שוין געהאט אין די פריערדיגע דורות, אבער אין אונזער דור איז נישט די נסיון לימוד התורה בכלל נאר דאס מדת החסד וואס גיסט זיך בדורינו צווישען אידישע קינדער דאס איז נישט געווען קיינמאל 
❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥
אבער 1 זאך פעלט נאך סזאל זיין באמת שלום ואהבה צווישען גאנץ כלל ישראל אלע קרייזען ובפרט צווישען די קהילות פין חסידים דאס איז די שווערסטע נסיון און דאס אז מען וועט פארעכטען זענען מיר ארויס פין גלות תכף ומיד

אז מזאל אריין טראכטן וואס מיינט די נאמען חסידות פשוט אידיש טייטש, גוטסקייט חסד זיין לפנים משורת הדין, וואלט יעדער חסידישע איד און חסידישע מנהיג געדארפט זיין די גרעסטע מוותר און מעביר על מידותיו און פארגינען פאר זיין ברודער שוואגער נעפיו אז יעדער זאל מצליח זיין און האבן פין אלעם גוטען דאס מיינט אורגענעל חסידות 
❤‍🔥❤‍🔥🔥🔥🔥❤‍🔥❤‍🔥
אבער טאקע פארדעם פארלייגט זיך אזוי דער שטן דווקא ביי די חסידישע הויפן אזוי פיל נידריגע נערישע מחלוקת וואס מען האלט אן צענדליגע יארן גרויסע רביס מיט ווייסע בערד זיי האבן כבוד און געלט בשפע רב אבער מען קען זיך נישט בייגען און זיך איבערבעטען ממש מעשה שטן

דער הייליגער רבי נחמן מברסלב האט געזאגט ווען נישט די מחלוקת אויף אים וואלט שוין די גאולה לאנג געווען אבער די מחלוקת האט אפגעשטיפט די גאולה אויף נאך 100 יאר און ווען סאיז געווען די מחלוקת אויפן הייליגען רבי נתן האט רבי נתן געזאגט אז די גאולה האט זיך וועגען די מחלוקת אפגעשטיפט אויף נאך 100 יאר 
🔥🔥🔥🔥🔥
נו זעהט מען קלאר אז מחלוקת איז דאס וואס האלט אפ די גאולה נאר מחלוקת, און סאיז שוין אריבער 200 יאר פין הייליגען רבין רבי נחמן, די גאולה איז שוין גרייט אבער ווער ווייסט וועגען וועכע מחלוקת האלט זיך אפ די גאולה רחמנא לצלן

די גרעסטע צער פאר א טאטא מאמא איז ווען זיי זעהן ווי זייערע קינדער קריגען זיך כביכול ביים הייליגען באשעפער איז יעדער איד זיין באליבט קינד ממילא אויב דער אייבערשטער זעהט אז סאיז דא מחלוקת צווישען זיינע קינדער דאס איז אים דער גרעסטע צער דער אייבערשטער זאגט קשה עלי פרודתכם סאיז מיר שווער ענקערע פירוד לבבות 
🔥🔥🔥🔥🔥
יעדער איד האט דעם אחריות צי מקרב זיין די גאולה דורך פארמיסען אלע מחלוקת און פירוד לבבות וואס סאיז דא צווישען די עולם החסידות און משבח זיין די אלע וואס זענען יא בשלום ובשלווה מיט אהבה ארויף קוקן און שעצען די מנהיגים וואס לעבען בשלום

לאמיר זיך נישט נערן מיר זאלן איבער קוקן די אלע בילדער פין די היינטיגע מנהיגים וועט מען טרעפען קנאה תאוה כבוד שיינע אויסגעפיצטע מכובדיגע אידען מען זעהט נישט די הייליגע צורות פין די פריערדיגע דורות און זיכער נישט קיין בעלי רוח הקודש 
🔥🔥🔥🔥🔥
ממילא זאל מען כאטש ווייזען פארן ציבור מדות טובות שלום ואהבה כאטש זאל די ציבור האבן מנהיגים וואס מען קען זיך לערנען פין זיי ענווה שפלות וותרנות מעביר על מידותיו און דאס איז וואס דער אייבערשטער וויל, ווען נישט וואלט דער אייבערשטער געלאזט פאר אונז די אמאליגע צדיקים שרפי מעלה

ממילא טייערע חשובע ליינערס מען שרייבט נישט סתם נאר מען מיינט עס אמתדיג כלל ישראל דארף גרויס רחמים מען זעהט ליידער אזוי פיל דינים אויף דער וועלט און זייער אסאך נייע חולי ישראל מיט די ביטערע מחלה רחמנא לצלן דער מצב איז ביטער מען דארף גרויסע ניסים 
🔥🔥🙏🙏🔥🔥
און אונז קענען עס דעם יום הפורים אויספויעלן מיט אהבת חינם און צדקה וחסד זיך מוחל זיין איינער דעם צווייטען האסט גארנישט פין אנהאלטן א שנאה אפילו בוסט גערעכע עס גייט דיך גארנישט ברענגען איז בעסער זיי מוחל און זיי מקרב די גאולה

און ווער עס קען זאל בעצם יום הפורים כאפן א גוטען לחיים און אריין גיין צי די אלע מנהיגים וואס האלטן נאך אן מחלוקת און זיך וויינען און בעהטן צי זיי אז זיי זאלן שלום מאכן לטובת כלל ישראל אידען ווארטן אויף אזוי פיל ישועות כלל ישראל וויל משיח צדקנו אבער מען ווארט עס זאל זיין אהבת חינם 
❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥
האטס עזות דקדושה זייטס מסביר פאר די מנהיגים  אז מען מיז זיין בשלום מיט גאנץ כלל ישראל שוין געניג געווען מיט אלע מחלוקת מיר ווילען שוין די גאולה השלימה פורים איז דער צייט פין גאולה דורך די אהבת חינם וואס טיט זיך פורים

א עצה טובה ווער עס וויל טאן פאר די גאולה מען זאל ארום גיין נעמען חתימות פין אלע קהילות און מנהיגים וואס ווילען שלום און אהבת חינם און יעדער וואס וועט אינטערשרייבן האט זיכער א חלק אין די גאולה און די איבריגע קהילות וועלען אדער פין גרויס בושה זיך בייגען און אויך ווערען בשלום 
❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥
אדער וועלען זיי זיין א קליינע צאל און מען וועט פאסקענען אז זיי זענען מבוטל ברוב אחרי רבים להטות און אזוי וועט מען ברענגען די גאולה מיט אהבת חינם פין רוב אדער גאנץ כלל ישראל אמן ואמן

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.