צו הערשט א פרייליכען יו"ט לא היו יו"ט
לישראל כה' אייר וכיום כו"אב שע"י שניהם היה לישראל הכח להתקיים בגלותם,
והם שעמדו לאבותינו ולנו צו בלייבען אויפן יידישען וועג, אלזא היינט איז
טאקע א פרייכליכען דערהויבענע טאג פאר אונז אלע ואי לאו האי יומא כמה
יואל'יס איכא בשוקא
ועל זה כבר אמרו יודעי דבר ש'עיצומו' של יום מכפר.
מדערציילט
אז א מזרחיסט איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד אין יו"ט פון חג העצמאות נאכען
זיך טויבלען לכבוד היום, אין געזיכט א ספר זיך דערקוויקען ס'הארץ אין אזוי
אריינגיין אין די עניינים און באקומען די השפעות פונעם יום הבהיר, דער
מזרחיסט זוכט א ספר זאל רעדען פונעם יו"ט אין טרעפט נישט, ג'עטער איינער א
פרעג צו ער ווייסט א ספר וואס זאל רעדען פון דעם יו"ט, זאגט מען עם אז די
איינציגע ספר וואס רעדט ארום דעם יו"ט איז נאר 'ויואל משה'....
אי
לאו האי יומא וואלט זיך שוין דריי פערטעל פון די געבליבענע יידישען פאלק
שוין לאנג נישט געבליבען קיין איד'ן אזוי ווייסט מען כאטש אז אונזער פאלק
עקזעסטירט אין אונזער פאלק האט א לאנד וואס איז הייליג ביי יעדען אידישע
הארץ וואס איז זיך משתוקק לציון עיר הקודש.
לחיים לחיים!
עלינו
לשבח לאדון הכל אז שלא שם חלקינו כהסיקריקים והנטורים השפילים שונאי
המדינה וגורלינו ככל המונם שהם משתחוים לאחמדינג'אד וערעפאת, המה כרעו
ונפלו און אונז וועלען בקרוב זעהן אלע אראבער אין שונאי ישראל אין ים אריין
אין די אתחלתא דגאולה פון אויפשטעלען די מדינה זאל ממשיך זיין די גאולה
השלימה בקרוב אין די אלע וואס פאסטען מארגען אין זאגען קינות אין זיך נוהג
באבילות אויף דעם אז די שכינה הקדושה גייט שוין ארויס פון גלות קענען
בלייבען אין זייער שיינע פאלאצען אין מאנארא והגללים אין באקרוינען משה בער
דרעק אין אחמדינג'אד פאר זייער משיח שקר, זיי אינטרעסירען קיינעם נישט
אויזער מוחמד.

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.