רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 9 באוגוסט 2016

*יא בעלזא מיט נחל חרדי זענען געקניפט און געבינדען*

מאת בעלזער

נאך פון די צייטן פון _*ערשטען רב דער שר שלום זי"ע*_ האט מען אין בעלזא *זיך פארשטעלט פאר "קאזאקן"* ביי די רבי'שע חתונות - *אלץ אריינצופלאנצן אינעם יוגענד די חשיבות פון נחל חרדי*
אפילו און רוסלאנד ווי דאס האט געהייסן שמד ממש, אזוי איז בעלזא געווען מימות עולם.

און שפעטער ביים _*מיטעלער רב מרן מהר"י זי"ע*_ ווי מען זעט אז די חסידים האבן געשריבן אויף זיין מצבה _*לוחם מלחמת ה'*_ - אלץ כדי אריינצולייגן אינעם יוגענד די חשיבות פון "מלחמות" און מיליטערישע כחי ועוצם ידי *און גיין אינעם נחל חרדי*

און ווער רעדט נאך פונעם _*פריערדיגן רב מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע*_ וואס איז ביים ערשטען קריג ארום געפארן איבער אונגארן און געפרעדיגט "מיליטער", ווי ס'איז באקאנט די מעשה מיטן סאלדאט וואס האט גלערענט גאנץ שבת אין ער האט איהם מורא'דיג משבח געווען און אויך די מעשה מיטן סאלדאט וואס איז געקומען שמחת תורה מיט די מונדירן און די חסידים האבן איהם נישט געוואלט צולאזן אבער דער רב האט געהייסן מ'זאל איהם דייקא יא צולאזן און דווקא _*זאל ער שטיין אינעם ערשטען שורה אז יעדער זאל איהם זעהן*_ - *דאס איז אלץ כדי די בחורים זאלן זעהן און זיך רעקרוטירן צום נחל חרדי*

און _*מרן מהר"א זי"ע*_ איז דאך אפגערעדט, ער האט דאך נישט געלאזט ארויס זאגן א "גלייך ווערטל" אויף קיין שום איד! _*אפילו אויף סאלדאטן ציונים רח"ל*_ - *דאס איז אלץ געווען כדי מעודד זיין די בחורים פון לאגער זאלן גיין אין נחל חרדי*

ועד היום הזה ב"ה מאכט מען *פלעיס פון סאלדאטן* און *מ'פארשטעלט זיך פורים ווי סאלדאטן* און _*דער רב זאל מאריך ימים זיין*_ מאכט _*בעל תשובות סאלדאטן ציונים רח"ל*_ - *אלץ צו ווייזן אז ס'איז א מצוה צו גיין אין מיליטער אינעם נחל חרדי* 

און ווי מען זעהט טאקע אז *טויזענטער בעלזער בחורים און הונדערטער יונגעלייט דינען אינעם נחל חרדי און זענען פון די געטרייסטע קעמפפער דארט, ווי ס'איז אלעמען באקאנט*

אויף דעם קען מען ממליץ זיין דעם "פסוק נחל נובע מקור חכמה" וואס איז מרמז אויף די גרויסע חכמה און פקחות פון אלע בעלזא ליבהאבער און ווי זיי זעהען די אותיות "נחל חרדי" און שעפן נחת פון זייער "ווייטע בליק" וואס זיי האבן שוין הונדערטער יאהרן פריער געזעהן וואס גייט זיין די סוף מיט בעלזא און ברוך השם ס'האט זיך אויסגעשפילט גענוי ווי זיי האבן "פארגעזעהן" עד כדי כך אז אין בעלזער יונגעל קעמפ שפילט מען "סאלדאטן" רח"ל אין מיטן העלן טאג!! אן קיין בושה!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.