דאס הייסט, אז די זונטאג גייט מען קוקען פארוואס די לעצטע צוויי וואכען איז געווען א מחיה שטיל אינדערהיים אין שטאט...
ב'ה אז היי יאר האט דער צופאל געוואלט אז יעדע צוויי קינדער
זאל זיין אין די זעלבע קעמפ.... נישט ווי פאראיאר זענען אלע זעקס געווען
אין זעקס אנדערע קעמפ'ס..
קודם אלץ א עצה טובה פאר ווער ס'האלט מיט די יו''ט זאל זעהן מיט נעמען....
1) 500'טער טיילענאל, (איך זאג אייך איר וועט ברויכען עטליכע שטיק, גלויבט מיר איך ווייס וואס איך רעד)
2) וואטע פאר די אויערען, (פשוט פאר די קריגערייען אין די מלחמות אין די קאר, אין פאר די ביי ביי קארעלע ניגון)
3) די סי די פלעיאר האב איך שוין פארזארגט, (כ'האב זיי שוין פארציילט אז ס'האט זעך צובראכען פאריגע וואך דינסטאג)
4) גענוג וואסער אין קעיס די ראדיעיטער וועט פלאצען (חוץ די 10 קעיסעס וואס איך דארף עניוועי מיט שלעפען פאר די רינדער)
5) ברעכעריי בעגס פאר די קליינע, (נאך דאס פעלט מיר אויס)
6) נאך אפאר אינטערשטע וועש..... (טאמער ווייסט עטץ וואס איז גוט פאר ענק)
נאך א עצה טובה האב איך פאר אייך, לערנט דאס פון מיר..
"ווארפט אוועק דעם זייגער"
ביז מאנטאג איז ניטא קיין זייגער.... (איך וואלט געראטען צו בלייבען א גאנץ יאר אנעם זייגער)
באמת איז אזא זונטאג בכלל נישט שווער צו דרייווען.... ווייל מיין בעק סיט דרייווער דרייווט שוין פאר מיר א דריי פערטל וועג....
נאך עפעס פאר אייערטוועגען, טוט מיר א טובה אין הערט נישט "קול מבשר" טרעפיק ליניע,
קודם ווייל ווען איר וועט שוין יא דארפן וויסען עמערדזשענסי
ווי צו גיין וועט ער אייך קודם פארציילען עפעס וועגען א נייע קאווע קאמפעני
מיט צען נייע פלעיווארס, אזוי אז איר וועט עניוועי מוזען פאהרן ווי
אימער...
והשנית וועט קול משבר אייך אריין פירען ערגעץ אין א פלאנטער
(נישט נאר אייך נאר גאנץ קהל) אז "וועיז" מיט "גארמען" וועט אייך נישט
קענען ארויסשלעפען
והשלישית וויל איך אליינס זעהן מיט מיינע פליישיגע אויגן די
איבערגעדרייטע טרעילארס, מיט די איבערגעהיצטע קארס מיט די גיעפנטע דעקלעך,
מיט די צענדליגע פארטעבאל טוילעטס אויפן 17
יעדעס מאהל דארף איך גלייבען די בילדער.....
יעדעס מאהל דארף איך גלייבען די בילדער.....
מאכט זיכער אריין צו סטאפען אין וואודבוירען צו כאפען א ברכה פונעם רבין....
האט א סעיף טריפ..... אין דרייווט ווי מענטשען
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.