רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 9 בפברואר 2016

דברי ה'חכמה' של האהרוני לבחורים

מאת סאטמארי

היינט אינדערפרי נאך שחרית האט רבינו הגה״ק שליט״א געבעטן דעם מיקראפאן און געזאגט ער וויל רעדן צו די בחורים אפאר ווערטער.
דער רבי האט זיך באצויגן צו זיינע געוואלדיגע קלוגע דיבורים וואס ער האט געזאגט מוצ״ש וואס די גאנצע וועלט איז געשטאנען און געשטוינט ווי ס׳קומט צו איין מענטש אזויפיל חכמה בינה ודעת.
און דער רבי האט געזאגט ווי פאלגענד:
עטץ האטס אוודאי געהערט וואס כ׳האב געזאגט מוצ״ש, אבער אזוי ווי ס׳שוין אריבער נאך א טאג (סתם ולא פירש רבינו וואס א טאג) וויל איך דא צולייגן נאך אפאר נקודות. מ׳זאל עס גוט דערהערן ווייל כ׳וועל עס נישט איבערזאגן נאכאמאל.
א. ס׳געווען ביי מיר א דעלעגאציע פון די ערליכע מוסדות און זיך געבעטן ביי מיר (כמעט אזוי שטארק ווי זיי האבן געוויינט כ׳זאל זיי לאזן מאכן א קבלת פנים) אזוי ווי זיי גייען אריבער זייער שווערע צייטן, זאל איך מיך אנשטרענגען, אזוי ווי איך בין דאך סאטמארער רבי, זיי צו געבן כאטש א קליין שטיקל תמיכה, זיי צו ראטעווען פון אונטערגאנג.
וויל איך דא זאגן קלאר און דייטליך, און מ׳זאל עס ווייטער איבערגעבן הן פאר די יונגלעך הן פאר די מיידלעך: איך גיי זיי נישט געבן קיין איין פעני!! איך דארף עס נישט, בשום אופן.
איך וועל נישט געבן קיין מוסדות פון ירושלים, נישט פון בני ברק, פאר קיינעם מיין איך ק-י-י-נ-ע-ם!!!
ב. ס׳געווען ביי מיר א דעלעגאציע פון התאחדות הקהלות (כדתיא) אין לאנדאן אז זיי ווילן קומען צו מיר אויף מירון פאר אן אסיפה. וויל איך דא זאגן גאנץ קורץ: זיי זאלן נישט קומען! איך דארף עס נישט! איך בין עס ממאס! (דערנאך האט דער רבי זיך בארואיגט, און צוגעלייגט בניחותא: אחוץ אויב זיי האבן א הרגש, אש תמיד תוקד בקרבם, פאר ר׳ שמעון.)
ג. ס׳געווען ביי מיר א דעלעגאציע פון די פאליציי אין לאנדאן, אז זיי דארפן מיין ברכה, וויל איך זאגן, איך געב נישט קיין ברכות, נישט אין לאנדאן אין נישט אין מאנטשעסטער! קיינעם!
ד. א הכנסת ספר תורה וויל איך נישט! יהי׳ מה שיהי׳, מ׳טאנצט, מ׳שפרינגט, וואס פעלט דאס אויס? כ׳האב עס שוין מודיע געווען דארט, איך ברויך עס נישט. מ׳דארף עס נישט, ס׳ברענגט גאארנישט!
דא האט רבינו זיך אפגעשטעלט, א כאראקטעריסטישן שמייכל געטון ווי שטענדיג נאך א געלונגענע אקציע, און געזאגט מיט א בלינק אין די הייליגע אויגעלעך: ווער ס׳פארשטייט פארשטייט...

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.