רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 20 במרץ 2018

מזל-טוב דער לאנדאנע וויז'ניצער רבי

ס'איז שוין פארלעסליכע נייעס דאס די לאנדאנער וויז'ניצער-מאנסי חסידים גרייטן זיך פאר גאר א גרויסן שבת הגדול מיט זייער פריש געקרוינטער רבי. און אזוי ווי איך לייקן נישט מיין חיבה צו די אלגעמיינע און היגע מאנסי חסידים און איך בין אויך מודה דאס איך האב דערווייל נישט קיין איין שלעכט ווארט צו זאגן אויף זייער ביז יעצטיגן רב רבי דוד הגר, וואונטש איך זיי און איהם טאקע גאר גרויס הצלחה אין זיין רבי'ריי עספעציאל אין א גליטשיגן שטאט ווי לאנדאן.  
אמת, איך האב ביז היינט מרחק געווען דעם רבי דוד'ל, אבער דאס איז געוועזן בלויז צוליב זיין זכות אבות.. פון וועם ער האט אויך ג'ירשעט זייער פאטאלאגישע זעלבסט-פארטרויאונג וואס שטייט ביי די האגר'ס צו אפט טאטאל אויט אויף פראפארציע צו זייער לערנען און אינטעלעקט (והלוואי אויף מיר און מיינע קינדער געזאגט..).  אבער לזכותו פון אונזער היגע וויז'ניצער רבי און זיינע חסידים זאג איך דאס איך וווייס אז איך ואלט זיך געפיהלט פערפעקטלי סייף צווישן זיי פרייטיג צונאכט באין פרץ וצווחה און ס'איז אסברה אז זיי וואלט'ן מיר אפילו געמאכט פיהלן ווי א געוואונטשענער גאסט. ואדרבא, מיין חשש איז דאם די יונגעלייט וועלן מיר שטראפן פאר מיין 'ברכת בטן' און ווייסע בארד און מיר 'מכבד' זיין מיט טיש און ענדליכע צרות צו וואס איך האב דערצו ליידער מער נישט קיין נערוון נישט..  
איין אומגעבעטענע עצה טובה פאר'ן נייעם רבי'ן שליט''א און מן הסתם פארשטייטער דאס זעלבסט דאס ווי וואויל ס'זאל איהם דער רבי'ריי נאר גיין אין אנפאנג לאז ער געדענקען דאס מען מיינט נישט איהם..  און וואס איז נאך וויכטיגער נישט צו פארגעסן חלילה פאר איין מינוט דאס ער געפינט זיך אין לאנדאן.
יהודי פשוט

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.