רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 18 במרץ 2018

על המזרח ועל הבימה - שמואל שקבר את שמואל

איך בין מודה ומתוודה דאס איך האב נישט אייביג אינזינען געהאט די צוויי גרויסע ר' שמואל'ס ביי תפילת על הצדיקים..  אבער זינט די השגחה העליונה האט 'צוזינגן' שמואל דויטש מיט'ן מזרח און בימה דברי חכמה האט ער זיך קאטיגאריזירט אלס אן אפגעריסענער מלמד א 'תלוש' (בלשונו פון ר' גדליה נאדל ע''ה) און תמיהני עליהם איבער א ציבור וואס אזא פארשוין קען הייסן זייערס א גאדל און א מנהיג, און  וויאזוי ברויך שוין אויסקוקן סתם א יאלד וחסר טעם..  
מיין באקאנטזיין מיט רבי שמואל אויערבאך ע''ה גייט צוריק הערום נ''ד שנים.. טאקע ווען איך בין געזעצן ביי זיין שיעור אין אמשינוב האב איך נישט גענוי פעשטאנען  וואס ער וויל מיט זיינע 'מהלכים' בדברי הראשונים און געהאפט דאס חאטש ער וויסט..
און אין אונזערע פריוואטע לאנגע שמועסן קען איך אויך נישט זאגן דאס איך בין פיהל קלוגער געווארן דאן די ידיעה דאס איך רעד מיט א גאאדל.. ווען איך דער אונגארישער בהיימע האב נאך נישט געהאט אן אנונג וואס גענוי דאס ברויך מיינען.. אבער מיר האט קיינמאל נישטגעפאלן זיין דיבוק חברים מיט שמואל דויטש (וואס איז שוין געווען פעסט אין יענע צייטן) ווייל שמואל דייטש האט שוין דאן געשמעקט ווי א סעלף-סענטערט ברוטאלער פארשוין באזעצט מיט א הארטע אפשטויסענדע גאווה בשעת ר' שמואל איז דאך געוועזן א צוגעלאזענער ירושלים'ר איד, דאך א לב נשבר און א בן טובים דער זוהן פונ'ם ווארמער וואוילער רבי שלמה זלמן נ''ע ביי וועהם האב איך זעלבסט געזעהן א אקלארע נטייה צו חסד און הטבה..  מיטאמאהל און בפרט ווען הרב שאולזאהן זאגט אזוי בפירוש הייבט מיר אן צו מסתבר זיין דאס דער בעל המזרח והבימה איז דער וואס האט ר' שמואל'ן געפיהרט אין באד העריין. ער האט איהם געצויגן ביי זיינע גאאדל שוואכקייטן כדי צו ווערן זעלבסט 'דער זאך' בבוא היום. אבער ס'שיינט דאס הימל וויל אנדערש..

יהודי פשוט מלאנדאן

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.