רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 9 בדצמבר 2013

הרבי צעק על החסידים ושאל מדוע עומדים שעות סביב חדרו ולא הולכים יותר טוב ללמוד

ר"ד כ"ק אדמו"ר שליט"א, ב' כסלו תשמ"ח (ע"י המכונית - טרם נסיעתו לאוהל)

[כ"ק אדמו"ר שליט"א יצא למכונית וחילק מטבעות לצדקה לילדים. לבינתיים, שר הקהל הרב שהתאסף את הניגון "דידן נצח". לאחר מכן פנה לנוכחים (כשמושיט אצבע יד ימינו, ובמשך כל השיחה נענע ביד זה) והקהל השתתק, ואמר]:

מ'האַלט אין איין זינגן "דידן נצח", וואָס "דידן נצח" איז דער טייטש אז מיר מיט אונזער הנהגה וועלן מנצח זיין. פרעג איך באַ אייך: מ'זעט דורכן פענסטער [מכאן החל להרים קולו הק'] אַז שעות נאָכאַנאַנד שטייט מען – אַנטשטאָט דעם וואָס מ'קאָן זיצן און לערנען תורה – שטייט מען דאָ און מ'קוקט אָף די פויגלעך, און מ'קוקט אָף די גאַסן (?), און מ'קוקט שוין אָף דעם בוידעם און מ'טראַכט: אפשר קאָן מען נאָך אידן אַריינשלעפּן מיט דיר אַז ער זאָל אויך ניט זיצן און לערנען?

[מכאן הגביה קולו הק' עוד יותר] רעכנט איר אַז דערמיט וועט מען עפּעס אויספירן?! אָט אַז דאָס וועט פאַרשאַפן אַ נחת רוח, אָט אַז די ספרים אַז מ'וועט זיי בריינגן איצטער אַהערצו, און איר וועט שטיין דאָ אַרום און אַרום (הראה בידו הק' לכל הרוחות) און וועט אַרום קוקן זיך צי ס'דאָ אַסאַך מענטשען [?] מאַכן אַ טומעל מערניט ווי אין תורה צי ס'דאָ מערניט ווי אַ מנין.

פרעג איך באַ אַייך: האָט דאָס אַן אָרט אין שכל?! (חסר קצת) עאכו"כ שטייען אַרום און מ'האַלט אין איין טומלען טעג נאָכאַנאַנד! ניט זיצן און לערנען, נאָר צאָלן [?] אָדער כיוצא בזה; און פאַרוואָס פיר איך זיך בפני כל עם ועדה? אַז דידן! איז אָט דער הנהגה, און מ'ווייזט נאָך בפרהסיא, אַז דערמיט וועט איר אויספירן און מנצח זיין!

פרעג איך באַ אייך: וואָס האָט איר דורכגעפירט?! וואָס רעכנט איר מנצח זיין מיט אַזאַ מין הנהגה?! שעות נאָכאַנאַנד! היינט און נעכטן... (ע"כ מוגה ע"י הווידיאו) שעות נאָכאַנאַנד... און שרייען "דידן נצח", היפך... דאָס איז דאָך אַ חוכא וטלולא!

און דאָ שטיין אַלע אַרום און אַרום און באַרימען זיך אַז מען האָט אויפגעטאָן אַז מ'האָט צוזאַמענגעקליבן צענדליגער אידן וואָס דאַרפן זיצן און לערנען תורה, זאָלן זיך אַרום שטייען (דרייען) פוסט און פאָסט שעות נאָכאַנאַנד! בשעת מ'וויל זיך [בא]ווייזן אז מ'איז אַ חסיד, מיט וואָס ווערט דאָס? אַז ער האַלט אין איין שרייען "דידן נצח"!

[כ"ק אדמו"ר שליט"א הראה באצבעו הק' לאלו שעמדו שם]: מ'מיינט דיר אויך און די אַלע אויך!...
הרבי צועק למה לא לומדים תורה

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.