רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 17 בפברואר 2026

רחוב במיאמי על שם 'חב''ד'


 גאס אין מיאמי פארנט פון גרויסע חב"ד צענטער צו אנהייבן ווערן גערופן ׳חב"ד סטריט׳

פלארידע - אין די לעצטע טעג איז געווארן ארויפגעשטעלט א נייע שילד אין דאונטאון מיאמי אויף די סאוט-איסט 9'טע סטריט וואס דעזיגנירט א טייל פון די גאס אלס ׳חב"ד סטריט׳, די דאזיגע טייל פון די גאס איז פארנט פון די גרויסע חב"ד צענטער פון די בריקעל געגנט אין מיאמי אונטער די פירערשאפט פון ר׳ שלום ליפסקער. 

די געדאנק צו טוישן די נאמען פון די גאס איז געקומען פון א נישט אידישע סטעיט אסעמבליפרוי וועלכע איז א שטארקע שטיצער פון די אידישע געמיינדע, און האט עס דורכגעפירט נאכן אנפרעגן געמיינדע פירער וועלכע נאמען וואלט געווען די בעסטע צו רופן די גאס, און פארזיכערט אז דאס ווערט באשטעטיגט דורך די שטאטראט אין מיאמי.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.