וואס איז די אויפגאבע פון חברה קדישא באבוב?
די וואך געפאלט די צוואנציגסטע יאהרצייט פון הרה"ק מהרנ"ץ מבאבוב זי"ע. אזוי אויך האט זיך געענדיגט די ימי השלושים פון תלמידו הרה"ג ר' משה זאבערמאן ז"ל.
די לעצטע דרייסיג טעג האבן די חברה קדישא דבאבוב-48 געפירט א מלחמה מיט די קינדער פון ר' משה זאבערמאן אז בשום אין אופן זאלן זיי נישט שרייבן אויף זייער פאטערס מציבה אז ער איז געוועהן א חסיד פון הרה"ק ר' נפתל'טשע זי"ע און זיין זכר זאל אפילו נישט דערמאנט ווערן.
די שליחים פונעם רב האבן אנגעווארענט משפחת זאבערמאן אז זיי טארן נישט שרייבן 'דבוק ברבותינו הקדושים' ווייל ס'איז כולל די מהר"ש און אויך די מהרנ"ץ.
נאך די משפחה האט קלאהר געשטעלט אז זיי האבן מורא פון די פייער פון דעם הייליגע צדיק און בשום אופן ווילן זיי איהם נישט אויסמעקן פון די מציבה, האבן די חברה קדישא געזאגט אז אויב מען שרייבט מהרנ"ץ, פארלאנגן זיי אז מען זאל אויך שרייבן 'דבוק ברבינו שליט"א' [באבוב-48]. האבן זיי געזאגט מיר וועלן נישט שרייבן קיין ליגנט אויף אונזער טאטע'ס מציבה.
האבן די שליחים געזאגט אויב אזוי דערמאנטס בכלל נישט דאס ווארט 'באבוב' אויף די מציבה אפילו נישט אז ער איז געוועהן 'מגיד שיעור אין בית המדרש באבוב' און מטאר אויך נישט שרייבן 'מגיד שיעור אין ביהמ"ד שומרי שבת'.
דא קענט איר זעהן די נוסח המציבה.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.