רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 14 באפריל 2019

הרב קוק ניצח במערכה בין סאטמאר לאגודת ישראל

מאת סאטמארי

הרב קוק האט געהאט א מוראדיג כח אז יארן לאנג נאך זיין הסתלקות האט ער איבערגענומען די גאנצע פרומע חלק פון סאטמאר רז"ל פון וויליאמסבורג. מיט א מוראדיג כח ער האט אוועקגעבלאזען די גאנצע סאטמארע שיטה מיט די דעם גאנצן ויואל משה 

וויליאמסבורג האט זיך אויסגעליידיגט דאנערשטאג נאכמיטאג און יעדער טאטעס בחורים יונגלעך תינוקת של בית רבן זענען אלע געלאפן צום סטעדיאם מקבל זיין דעם פנים פרצוף פון די גדולי הקוקניקעס  די הויפט תלמידים פון הרב קוק די אוערבאכעס  וואס זיי ווילן א מדינה על פי תורה ,חרם פון

די שבת פייפערס האבען געפיפן דאנערשטאג נאכמיטאג אזוי וויא ערב שבת ווייל די גרויסע תלמידי חכמים תלמידי תלמידיו פון הרב קוק זענען אנגעקומען קיין ניו יארק בכבוד מלכים און גאנץ סאטמאר האט זיך אויסגעטון פאר זיי און אויסליידיגט זייערע טאשען  פאר די אויערבאכניקעס וואס האבען זיך אנגעשטאפט 50 יאר מיט טרייפענע געלט פון די טמענע מדינה און פייפן אהן דעם חרם פון הגאון הקדוש רבי יושע לייב דיסקין וכל קדושיו עמו  און זיי האבען געוויזן פאר די גאנצע וועלט אז דאס וואס סאטמארער רב זי"ע האט געשריגען אז די וואס נעמען געלט פון די מדינה וועלען אפפארען פון יודישקייט (רבי משהלי וויזניצער האט דעמאלס געזאגט אז ער זעהט נישט אז זיינע יונגעלייט זענען שוואכער אין יודישקייט וויא סאטמאר) יעצט זעהט מען קלאר אז קוק איז געווען גערעכט אז נאך 50 יאר נעמען געלט פון די מדינה און גיין צו די בחירות הטמאות זענען זיי געווארן די גדולי הדור פון די סאטמארע חסידים און סאטמאר גיבט זיי אפ כבוד מלכים, זיי זענען בכלל גארנישט אפגעפארן פון נעמען געלט פון די מדינה

מרן רבי יוסף חיים ז"פ האט געזאגט בשעתו אז ער האט נישט מורא פון קוק דעמאלס אבער ער האט מורא אז עס וועט קומען א צייט ווען קוק וועט איבערנעמען אלע אידען 
יעצט זעהט מען קלאר וויא הרב קוק ותלמידיו האבען איבערגענומען גאנץ סאטמאר

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.