רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 12 בדצמבר 2016

אבא חרדי מסביר לבן על נס חנוכה

חרדישער טאטע איז מסביר פארן קינד די נס חנוכה:

-טאטע, וויאזוי האבן מיר באזיגט די יוונים?

-מיטן הילף פון אייבערשטען.

-דאן וואס זענען געווען די מכבים

-זיי זענען געווען נאר די סאלדאטן,  און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן אין מיר האבן באזיגט.

-די מכבים זענען טאקע געווען סאלדאטן?

-אההה.... סאלדאטן פונעם אויבערשטן,  אינעם אויבערשטענ'ס מיליטער.

-הייסט די מכבים זענען געוועזן חב''ד'קער?

-ניין!  ניין! חס וחלילה! זענען געהעריגע אידן.

-די מכבים האבן געהאט געווער מיט גאן'ס?

-יא

-הייסט זיי זענען געווען פרייע אדער גוים?

-חס ושלום! וואס עפעס?

-ווייל נאר גוים גייען אין מיליטער מיט געווער.

-אמאליגע צייטן זענען פרומע אידן אויך געגאנגען אין מיליטער.

-דעמאלטס פארוואס די מכבים זענען געגאנגען אין אונז נישט?

-ווייל היינטיגע צייטן היט אויף אונז די הייליגע תורה ב''ה.

-און יענע צייטן האט די תורה נישט געהיטן?

-אפשר גייסטו לערנען אביסעלע משניות מיט מוישי?

-די מכבים האבן געלערנט משניות?

-זיי האבן געלערנט תורה, אסאך תורה.

-און אויך נישט געארבעט?

-חס ושלום

-איז וואס האבן די מכבים געוואלט?

-א אייגענע לאנד וואס זיי גייען אליינס געוועלטיגן דערויף,  און נישט די גוים חלילה.

-אונז וויל מיר אויך דאס?

-יא אבער מ'טאר דאס נישט זאגן מיר זענען נישט קיין טמא'נע ציונים רח''ל שר''י עפ''ל

-טאטי!  איך וויל אויך זיין א שטארקע עובד השם סאלדאט! מכבי! ציוני! 

-אוי וויי געוואלד!! וואס גייט פאר מיט דיר? ביזט א איד??!!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.