הבדלי ההשקפות והמציאות החרדית -------------------------------------------- לשליחת חומר: Email: BSHCH120@YAHOO.COM - WhatsApp - 917-204-4752 - P.O.B. 191219, Brooklyn, NY 11219 USA
רשימת הבלוגים שלי
יום רביעי, 10 באפריל 2024
איזה טעם יש לריב אחר הגט?
ברוך השם!
א יישר כוח פאר אייערע אייגענע ווערטער אבער דאס איז אין לשון קדוש רוב סאטמערע ווייבלעך די וואס זענען געגט לייענען בעסער אידיש אשר על כן האב איך גענומען די פאר מינוט דאס אפשרייבן ביטע דאס פובלישן איצט אויף אייער בלאג איך זאל דאס קענען שיקן צו מיין ווייב און קינדער אויף וואצעפ נאך אייער לינק
לכבוד הרב הבדחן הסופר העסקן והנגיד בישרא' הידען המופלא ר' יונתן שווארץ שליט''א
קודם וויל איך אייך באדאנקן פאר'ן אויסנוצן די טראגעדיע פארלאפענעם וואך צו מעורר זיין אויף שלום בית בעיקר אויף די שוין צעטיילטע שטיבער זאלן זיך אויפהערן שלאגן.
איך וויל אייך מיטיילן א שיינער מעשה וואס איך האב געהערט פאריגער וואך ביי א משפחה שמחה מיין הייליגער שוואגער האט זוכה געווען אונטערפירן די חופה אן עלטערע בחור וואס איר האט אזויפיל געסקענט פאר אים'ן ער איז געווען א קלוגער בחור א ירא שמים אבער וויבאלד ער איז געגעאנגען ארבייטן פאר פרנסה אויפגעהערט צו פאפן אז ער לערנט אין א ישיבה און נישט געקוועטשט די באנק סתם אזוי ווי חז''ל זאגן בטלה מביא לידי שיעמום איז אים געגאנגן שווער א שידוך אבער דער אייבערשטער האט אים באשערט גאר א חשוב כלה קין עין הרע א טאכטער פון א גרויסער תלמוד חכם ומרביץ תורה ווי די גאנצע שטוב זענען גאר חשובע קינדערלעך אבער זי האט געוואלט דווקא א בחור וואס מאכט פרנסה ווייל די טאטע איז זיך מוסר נפש פאר תורה זי האט קיינמאל ניט געהאט קיין איבעריג ברויט צו עסן ווייל דאס עניות פאר'ן לערנען איז דארטן היסטאריש אין שטוב!
דער מחותן האט געהאלטן א דרשה שבת צופרי און פארציילט א מעשה פאר'ן חתן אז א חופה איז נישט גענוג צו חתונה האבן נאר מ'דארף זיך ברעכן די סעלפישע יצר הרע! זיך אויפירן ווי א מאן אויכט! מילא וועט דאס ווייב זיך אויפירן ווי א ווייב...!
קומט דער הייליגער צדיק אין שטאט אריין אין די ארטיקע אידן רעדן זיך אפ אויפן ראש הקהל אז ער איז סתם א רייכער קמצן ער איז ביטער קארג וויל נישט שטיצן די ארימעלייט אין שטאט און נישט די צרכי העיר ווי חברה קדישא און רב וכדו'. לאזט אים די רבי רופן צו זיך פערזענליך, און אים אויסמוסרן אויף זיין קארגשאפט. זאגט עים די עושר אז ער האט א גרויסער פראבלעם אין לעבן ליידער איז אים דאס ווייב א כלבטע א מכשיפה א צרה ווייל זי בארעדט אים זי טשפעפעט עים קיין גט וויל ער איר נישט שענקן ווייל ס'וועט אים קאסטן גאר טייער אבער די רבי איז דאך באקאנט אלץ א פועל ישועות אויב ער פועלט אויס זי זאל שטארבן וועט ער אנהייבן געבן צדקה ווייל ער וועט קענען חתונה האבן מיט א גוטער ווייב. איצט האט ער נישט קיין רויאיג לעבן קען ער נישט געבן קיין צדקה.
זאגט עים די רבי אז צו הארגענען א איד קען ער נישט פועלן אין הימל ביים אייבערשטן עס איז דאך רציחה אבער סאיז דא א גמרא א עצה פון חז''ל דערויף אז איינער זאגט צו צדקה און איז נישט מקיים דהיינו ער גיט דאס נישט שטארבן אים זיינע קינדער און ווייב בחיים חיותו אלץ קללה ל''ע ליידער ווייל עס איז ערגער ווי א קארגער מענטש ווי אייך באקומט מען דעם שטראף...!
לויפט דער ראש הקהל אין שוהל אריין הייבט אן שנאדערן טויזענט דאלער פאר'ן חברה קדישא טויזענט פאר'ן רב טויזענט פאר'ן חדר וכו' וכו' אלע וואונדערן זיך וואס גייט דא פאר אבער זיי פרייען זיך צו הערן אז דער גוטער איד האט געפוילט ביים קארגן עושר זיך צו עפענען זיין הארץ און טייסטער פון היינט מאל אן זיי זענען אים מקבל בתשובה שלימה אז ער גייט שוין פון היינט מאל אן טיילן צדקה לרוב!...
אבער עס גייט דורך אפאר טאג סווערט זיי שווארץ ער געבט ניט דאס צוגעזאגטע געלטער!... און אים ווערט נאך שווארצער אז דאס ווייב לעבט נאך אלץ... זי טיילט אים ווייטער אויס ציפקע צרות צרורות ער קומט צו לויפן צום גוטן אידן וואס האט זיך נאך געפינען אין שטאט און שרייט און וויינט מיט תרעומות יאמעריליכע טענות הלמאי ניט נאר ס'ווייב לעבט נאך נאר איצט זענען אים די גאנצע שטאט שונאים אלע גבאים וכלי קודש העצן שרעקליך אויך קעגן אים אז ער איז ווייטער דאס פארפיינטסטער אידל אין שטאט אז ער האט צוגעזאגט און נישט געגעבן ארגער ווי ביז איצט אז ער האט בלויז נישט צוגעזאגט און ער האט נישט געגעבן.
זאגט אים דער רבי איך האב דיר בלויז געזאגט ווי חכמינו ז''ל זאגן נישט איך האב דאס געזאגט איך וועל מאכן א שאלת חכם איך וועל אנפרעגן אין הימל דורך תפילה און הייליגע פעולות וואס גייט דא פאר פארוואס די עצה פון חז''ל ארבייט נישט ביי דיר אין דיין פאל וואס דו ביסט ליידער אריינגעפאלן מיט א שווערע זיווג באשערט פון הימל? וואס האסטו חוטא געווען צו האבן אזויפיל צער יגון ואנחה פון דיין רביצן השם ישמרינו?!
קום צוריק נאך א א 2 טאג זאגט ער אים ויהי היום ער האט זיך קוים געקענט אויסבאהאלטן ווייטער פון די גבאי צדקה וואס האבן אים אראפגעדרייט דעם קאפ און דאס ווייב בארעט אים ווייטער פאר די גאנצע שטאט אלץ נישט נאר א קמצן און א ליגענער וואס זאגט צו און גיט נישט קיין צדקה נאר אויך א אלץ א רוצח א נואף א בלוט דורשטיגער סאדיסט וואס פארגיסט איר דאס בלוט ליידער... ער לויפט צוריק צום רב נאך 2 טאג און וויינט זיך אויס ביטערליך אויף זיין גורל אויף די וועלט פון בלויז יסורי הגוף והנפש ער האלט שוין נישט אויס שרייט ער!
דער רב זאגט אים הער זיך איין איך קען אייך נישט העלפן איך האב געפרעגט אין הימל דורך א שאלת חלום אלעמען אזש ביז דעם מלאך המוות אליינס! זיי אלע טענה'נען אז דו האסט נישט קיין ווייב!...
וואס הייסט שרייט דער קארגער נגיד ביטערלעך אלע אין שטאט ווייסן אז מיין ווייב איז די באקאנט מכשיפה און דא דער סאמער מלאך המוות אליינס אין הימל וואס ווייסט יעדען איינעם פונקט ער קען נישט מיין ווייב די הונט? קען נישט זיין!
זאגט עים די רבי אמת ביזט גערעדט דאס מאכט טאקע נישט קיין סענס עס איז א אויסערליכער פאלל איך האב אן אויסערליכער עצה פאר דיר!
הער דיך איין! גיי אהיים צו דיין ווייב הייב אן צו עקטן צו איר ווי צו א ווייב געב איר געלט זאל זיך קויפן א קלייד זאג איר גוטן טאג באגריס איר רום איר ווי צו א ווייב; וועט דער מלאך המוות כאפן אז זי איז דיין ווייב! ער האט פשוט געמיינט אז זי איז דיין סעקראטער ער האט נישט געכאפט אז דאס איז דיין ווייב - ביז אפאר טאג ווען דו וועסט איר מאכן פאר דיין ווייב ועט זי זיכער שטארבן ווייל דו האסט צוגעזאגט צופיל געלט פאר צדקה אז זי זאל בלייבן לעבן!...
אה זייער א גוטער עצה זאגט צו זיך דער ראש הקהל אומר ועושה ער לויפט אהיים און הייבט אן איר רומען ווי שיין זי איז! ווי קלוג זי איז! ווי הייליג זי איז! ווי טייער זי אי! ווי גוטע מידות זי פארמאגט! ווי גוט זי קאכט! ווי ציכטיג זי רוימט! ווי גוט זי איז מחנך זיינע קינדער! ווי שיין איר יחוס איז פון איר משפחה! ווי הויך זי איז! ווי דאר זי איז! ווי לעכטיג זי איז! וכו' וכו' וכו' זי מיינט ער איז אראפ פון זינען אבער נאך אפאר טאג הייבט זי אן צו עקטן צו אים אויך ווי צו א מאן!...
זי הייבט אים אן רומן וואסערע גרויסע בעל צדקה ער איז געווארן! ווי א בן תורה ער איז ווי חשוב ער איז ווי טייער ער איז וכו' וכו' וכו' - ביידע הייבן זיך אן עקטן ווי מאן און ווייב דארפן צו זיך אויפירן איינער צום אנדערן און די קינדער קאפירן נאך זייערע עלטערן זיי הערן זיך אויף פיינט האבן אלע דריי איינער דעם אנדערן... נאך 3 טאג לויפט דער ראש הקהל צו אלע גבאי צדקה און ווארפט זיי מיט זיינע צוגעזאגטע טויזענטערס און לויפט צוזאמן מיט זיי צום רבין אין שטאט 'ביטע פועל אין הימל אז מיין ווייב זאל נישט שטארבן פאר די צייט וויל איך האב שוין אויסגעצאלט אלע מיינע צוזאגן!'
אזוי דארף מען לעבן מיט א ווייב - לענינו אז מ'האט זיך שוין געגט טראכט איך צו מיר אז מען זאל זיך טאקע גטן זיך אויפהערן צו שלאגן. ווייל די מחלוקת בינדן נאך אלץ מאן און ווייב איינע צום אנדערן...
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.