המתרגם הספיק רק את המחצית, ואילו את המחצית השניה נשלח בעזהי"ת בשבוע הבא, אשמח לשמוע את דעת קוראי האידיש על זה
אין די אַכט יאָר וואָס איך גיב אַרויס דעם וועכענטליכן גליון 'מעדני הפרשה', שרייב איך בדרך כלל די דאָזיגע שורות נאָכן גאַנצן אינהאַלטן. היינט צום ערשטן מאָל האָב איך געענדערט דעם סדר און אָנגעהויבן מיטן מאמר. מסתמא פאַרשטייט יעדער פאַרוואָס -- "מיכאל"...
ווי קען מען זיך אַנידערזעצן צום שרייב טיש און נישט אָנהייבן מיט אַן אויסברוך פון געפילן צו אַ ידיד אמת ווי מיכאל?
'ידיד אמת' מיינט נישט בלויז מיך. הונדערטער און טויזנטער האָבן דעם דאָזיגן געפיל, ווייל ס'איז אַן אמת. מיכאל איז געווען אַ גוטער פריינד פאַר די וואָס האָבן עס געשפּירט און אויך פאַר די וואָס האָבן נישט געהאַט דעם הרגש, מיטן אויסנאַם פון איינצלנע וואָס ער האָט נישט פאַרטראָגן און אין המשך וועט מען זיי דערמאַנען, אָבער לאָמיר קודם גיין אויפן סדר.
ווען כ'האָב געוואוינט אין ארץ ישראל, און די "נשמה פלאַם" רעקאָרדירונגען האָבן אָנגעהויבן צו ערשיינען, האָב איך זיך פאַרליבט אין זיי, און כסדר זיי געהערט אין מיין קאַר. דער 'פלאַם' האָט געהאַט אַ דריי-פאַכיגע אייגנאַרטיקייט, וואָס יעדעס איינס דערפון לעבט אויף דאָס גייסט און באַלויכטן די נשמה:
א. דער באַרירנדיגער אינהאַלט פון די שירים (דערציילונגען און רעיונות וואָס דערהייבן ממש דעם נפש).
ב. די גראַמען פונעם אויסנאַמליכן און וועלט באַרימטן מומחה ר' פינקי וועבער.
ג. די אייגנאַרטיגע שטימע פון מיכאל, אַ קאָמבינאַציע פון אַ הערליך קול מיט אַן אַטאָם-באָמבע פון געפיל.
די דאָזיגע קאָמבינאַציע באַנעמט דעם צוהערער אפילו אָן צו זיין אַ 'מבין' אין נגינה און גראַמען, כל שכן ווער ס'האָט יאָ אַ חוש דערצו.
כאָטש וואָס איך בין פון קינדווייז אויפגעוואַקסן אויף דעם געזאַנג פון ר' יו"ט עהרליך און איינגע'חזר'ט אויסנווייניג אַ גרויסן צאָל פון זיינע לידער, (מיין טאַטע ז"ל פלעגט מיר זאָגן 'עס איז אַ שאָד אַז ר' יו"ט עהרליך האָט נישט געשאַפן גראַמען אויף ש"ס, דו וואָלסט געקענט ש"ס בעל פה'), האָט זיך אָבער אין 'נשמה פלאַם' אַנטדעקט אַ געניאַלע שעפערישקייט פון געזאַנג וואָס איז קאָמפּאָזירט מיט אַ צוגעפּאַנסנקייט צום אינהאַלט פון די ווערטער, און געזונגען געוואָרן מייסטערהאַפטיג. יעדער דריי און קנייטש אינעם ניגון איז געגאָסן צום תוכן, פונעם אַרונטערגיין שטיל מיט אַ 'בת קול' (באַס שטימע) ווי אַ 'ירידה לצורך עליה", ווען תיכף דערויף הייבט זיך די שטימע צו די העכסטע אָקטאַוועס, מיט אַן איידעלן און טיפן אויסדרוק וואָס באַגייסטערט דאָס נפש און ברענגט אַ פלאַם אין די נשמה.
כ'האָב דעמאָלט געזאָגט אינדערהיים, אַז הלואי זאָל איך זוכה זיין צו האָבן ר' מיכאל שניצלער ווי דער בעל מנגן ביי די שמחות פון מיינע קינדער, און מיין וואונטש איז טאַקע נתמלא געוואָרן. ווען כ'האָב זיך באַזעצט אין אַמעריקע און מיין עלטסטע טאָכטער איז אַ כלה געוואָרן, האָט דער מחותן מיר געזאָגט אַז איבער איין ענין איז נישט שייך צי פאַרהאַנדלען -- ער מוז האָבן זיין פריינד און שכן 'מיכאל שניצלער' ווי דער משמח אויף די חתונה, און "מתי שיתרצו שני הצדדים" זאָל זיך צופּאַסן צו אַ טאָג ווען מיכאל איז פריי. איך האָב זיך פאַרבונדן מיט מיכאל און אים איבערגעגעבן אַ ליסטע פון פון ניגונים, וועלכע וועלן מיך פרייליך מאַכן און באנעמען מיך.
מיכאל איז געווען פאַר מיר אַ פנים חדשות ביי דער חתונה ווייל איך האָב אים קיינמאָל פריער נישט געזען. לויטן השתפכות הנפש און וואַרימקייט וואָס האָט זיך געהערט פון זיין זינגען, האָב איך מיר געבויט אַ דמיון אויף מיכאל'ס אויסזען ווי אַן איידעלער כולל יונגערמאַן, ענליך למשל צו די באקאנטע מנגנים נפלאים הגה"ח ר' ירמי' דאמען און הגה"ח ר' יוסף צבי ברייער שליט"א. פאַקטיש איז ער אַריינגעקומען מיט זיין אייגנאַרטיגן לבוש, דעם פּלאַטשיגן ביבער הוט (מיט אַ שמאָלע ראַמע) וואָס האָט געגעבן כמעט אַ באַזונדערע אידענטיטעט, און פאַר מיר איז עס געווען אויף דער מינוט אַן איבעראַשונג.
אַ וואונדערליכע עבודה האָט ער אָבער צוגעשטעלט, ער האָט דערהויבן דעם ציבור ביי די סעודה מיט זיין זמרה נפלאה און געהויבן דעם עולם ביים טאַנצן מיט אַ לעבהאַפטיגע נגינה. ס'איז געווען צוויי באַזונדערע, טאַלאַנטפולע אויפטריטן וואָס האָבן אַרויסגעהויבן מיכאל'ס אייגנאַרטיגן כוח הנגינה און אַלע פאָרעמס און פאַרמאַטן.
נאָך דעם האַמיר זיך זעלטן געזען, בעיקר ביי שמחות, ביז ער האט זיך באַזעצט אין מיין סביבה. איצט האָמיר זיך שוין אָפט געטראָפן, און מיכאל לויט זיין שטייגער איז געווען וואַרים, פרייליך און אַ געשמאַקער שמועסער מיט אַ שמייכל אויפן פנים. ער איז געווען אָנגעזאַפּט מיט חסידישע היסטאָריע און יעדער צונויפטרעף מיט אים איז געווען אַ תענוג.
דעם פאַרגאַנגענעם פרייטאָג, נאָענט צו שבת ווען ס'זענען געקומען די ערשטע מעלדונגען אַז מיכאל האָט געהאַט אַ שווערע האַרץ אַטאַקע אן די הצלה וואָלונטירן פּרובירן אים צו ראַטעווען, האָב איך אים אַריינגעשריגן אין 'וואַטסאַפּ' מיין האָפנונג אַז וועט עס דורכקומען בעזהשי"ת ווי ביי די פאָריגע אַטאַקע, אָבער די לעצטע מעלדונג איז ליידער געווען אַנדערש. מיין איידעם ר' אביש, אַ הצלה וואָלונטיר, האָט מיר געמאָלדן די ביטערע בשורה און מיין האַרץ איז געפאַלן.
איך בין אַריין אין שבת מיט געמישטע געפילן. חז"ל זאָגן 'מת בערב שבת סימן יפה לו" און אַ איד ווי מיכאל וואָס האָט פרייליך געמאַכט אַזויפיל אידן בכלל און וואָס איז געווען אינגאַצן חסד און נתינה אָן קיין גרעניץ און אָן קיין אָפּצאָל, פאַרדינט איבערצולאָזן דעם זכרון פון 'סימן יפה לו'. מיכאל האָט לענגאויס זיין לעבן געהאַט עליות און ירידות ווי אויך געבליבן אַ יתום ממש אלץ קינד. איצט האָט זיין האַרץ אויפגעהערט צו קלאַפּן און געענדיגט זיין תקופה פון 'אבלו בלבו'. מיר זענען פאַרבליבן מיטן זכרון פון מיכאל'ס 'צהלתו בפניו' אָן קיין אויסערליכן צייכן וואָס עס טוט זיך ביי אים אין האַרצן.
אין המשך: וויאַזוי מ'האָט מן השמים צוגעפירט מיכאל צו זיינע קאַריערע ווי אַ משמח אלוקים ואנשים מיט אַזאַ געפיל און האַרציגקייט, און דעם מוסר השכל וואָס ער האָט דערפון אַרויסגענוצען.

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.