מאת בארא פארקער

בארא פארק גרייט זיך צו היסטארישע וואלן!
יעצט אויפדערנאכט האט יוני הייקינד געמאלדן זיין קאנדידאטור פארן סיטי קאנסול אמט וואס ווערט יעצט ליידיג דורך דוד גרינפעלד.
עס
איז שוין גאר א לאנגע צייט פאריבער זינט בארא פארק האט געזען א פנים חדשות
אויפן טיקעט פאר דעם קאנסיל זיץ, נאך וואס גרינפעלד האט איר סוקסעספול
באזעצט מערערע יארן. דעריבער רופן די וואלן אויס צו ערווארטן היסטאריע און
דראמאטישע אנטוויקלונגן.
דער
קאנדידאט יוני וועט נישט לויפן אין די סעמפטעמבער פריימעריס, וויבאלד זיין
אפאנענט קלמן יעגגור האט איבערגענומען דאס פלאץ אויפן דעמאקראטישע טיקעט
פון גרינפעלד, דעריבער לויפט ער אויף א פרישן טיקעט Our Neighborhood
(אונזער געגנט), און האט אנגעהויבן די טעג זאמלען די נויטיגע פעטיציע
אונטערשריפן ארויפצוגיין אויפן בעלאט ביי די נאוועמבער וואלן.
תושבי
ב״פ קוקן ארויס מיט אנטיסיפאציע צו די וואלן, ווען עס וועט געגעבן ווערן א
מעגליכקייט פאר יעדן איינוואוינער צו באשליסן ווער עס זאל זיין דער
קאנדידאט וואס זאל אים פארטרעטן די קומענדיגע פאר יאר אין סיטי קאנסול.

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.