ברוקלין – פארלאפענעם זונטאג נאכט האבן פילע תושבי בארא פארק און די
אומגעגענטער, זיך באטייליגט ביי די יערליכע סעודת הילולא פון הגה"ק בעל
מנוחת אשר מטשענגער זי"ע מח"ס מנוחת אשר על התורה, על סוגיית הש"ס ושאלות
ותשובות.
די גרויסארטיגע סעודת הילולא איז פארגעקומען זונטאג נאכט פרשת ויצא, ה' כסלו, ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ”ד ניקלשבורג אויף דער זעכצענטער עוו. אין בארא פארק, בראשות נכדו הגה"צ רבי מרדכי זאב הלוי יונגרייז שליט"א אב"ד ניקלשבורג.
דער ניקלשבורגער רבי שליט"א איז א רעכטער אייניקעל בן אחר בן פונעם זיידן הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זצוק"ל. דער רבי שליט"א איז א זון פון דער טשענגער רב הגה"ק רבי אלעזר ארי' אב"ד טשענגער, בן הגה"ק רבי אשר אנטשיל אב"ד טשענגער, בן הגה"ק רבי אברהם אב"ד טשענגער בן הגה"ק רבי אשר אנטשיל יונגרייז זי"ע אב"ד טשענגער ומח"ס מנוחת אשר על תורה, על סוגיית הש"ס ושאלות ותשובות.
א באטייליגטער ביים יארצייט סעודה שילדערט ווי אזוי אונטערוועגנס צום סעודת הילולא האט ער ערהאלטן עטלעכע טעלפאון רופן פון אידן וועלכע זענען זיך משטתח אין טשענגער, אונגארין, וואו זיי האבן געשלדערט איבער די גרויסע עולם פון עטליכע מנינים אידן וועלכע זענען היי יאר געפארן קיין טשענגער זיך אויסצובעטן כל מילי דמיטב, און עטליכע גרופעס האבן געפירט אידן אויפן בית עולם אין טשענגער וואס שם חלקת מחוקק ספון, זאלן זיי אוודאי האבן אויסגעבעטן אלעס גוט'ס.
א גרויסער עולם רבנים ואנשי שם,צווישן זיי מערערע טשענגער אייניקלעך האבן זיך באטייליגט ביים סעודת הילולא אין שפיץ פונעם אייניקעל דער ניקלשבורגער רבי שליט"א. אזוי אויף זענען געקומען צו פארן פילע אידן פון קרית יואל און מאנסי אנטייל צו נעמען ביי די סעודת הילולא אין בארא פארק.
עס האבן אויפגעטרעטן א רייע באצויבערטע בעלי דרשנים, בראש וראשון דער אייניקעל דער ניקלשבורגער רבי שליט"א וועלכער האט דערציילט עובדות פונעם הייליגן טשענגער זיידן בעל מנוחת אשר זי"ע.
דאן האט אויפגעטרעטן א רייע טשענגער אייניקלעך וועלכע זיצן על כסא הרבנות בקרב בית ישראל; דער מאקאווא רב שליט"א פון בארא פארק , הרה"ג רבי יואל צין שליט"א אב"ד יאמרוט, דער מוציא לאור פון ספרי בית טשענגער און אנדערע טשענגער אייניקלעך.
די בעלי דרשנים האבן אונטערגעשטראכן די גרויסע אותות ומופתים פונעם גרויסן בעל הילולא, וואס מען בעט אז דאס זאל נמשך ווערן פאר די איינקלעך בזכותו של אותו זקן.
דאן זענען געזינגען געווארן ספעציעלע ניגונים לבית טשענגער, אין באטייליגונג פון א גרויסער ציבור וועלכע האפן צו האבן אויסגעפויעלט אלעס גוט'ס בזכות דער גרויסער בעל הילולא.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.