רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 11 בפברואר 2018

'כת הליצים' כך מכנים אנשי ר' חיים הערש את תומכי ההנהלה האהרונית בבני ברק

השבת נועם הנשמות

שיינער שבת איז פארקגעקומען דע וואך שב"ק פרשת משפטים און ק"ק בני ברק.

מיט גרויס פרייד האבן אנ"ש מקבל פנים געווען הגה"צ ראש ישיבותינו שליט"א נאכן זיך צוריק קערן פון ניו יארק ווי ער האט געוויילט פאר א קורצע צייט, פרייטיג אינדערפרי איז פארגעקומען א מנין תהילים לרגל דעם לעצטן וואך פון די ימי השובבים וואס איז פארופן געווארן דורך הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א, הונדערטער אידן אנ"ש זענען אויפגעשטאנען באשמורת הבוקר לעורר רחמי שמים על הכלל ועל הפרט, דערנאך איז דער עולם אריבער פאר א לענגערע צייט צו נעמען שלום עליכם פונעם ראש ישיבה און ארויס ווייזן די חיבה וחיזוק פון יעדן יחיד און קהילה.

און די שעות וואס דער עולם ענדיגט די סעודת שב"ק האט זיך באמערקט א גרויסן שטארעם, מאסן מענטשן זענען ארויס פרייטיג צונאכטס צום הויז פון הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א ווי עס איז פארגקומען א שיינעם באטע מיטן השתתפות פון הונדערטער אנ"ש זקנים, בעלי בתים  און אברכי הכולל החשובים, לענגערע שעות איז דער עולם געזעצן צוזאם און זיך דערהויבן מיט ווארעמע ניגונים לכבוד שב"ק.

אנ"ש זקנים ונערים, בעלי בתים און אברכים, רבנים און מרביצי תורה רופן אויס פון טיפן הארצן, מיר וועלן נישט נאך גיין נאך די בליטיגע כת הלייצים וואס זיכן צו אינטערברענגן כל הקודש לנו און די קהילה קדושה בני ברק וואס איז אויפגעשטעלט בדם ליבו פון מרן רבינו הקדוש זי"ע און נמשך געווארן ביזע רב דורך מרן בעל הברך משה זי"ע און ווערט אונגעפירט ביד רמה דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס קוקט ארויס אויף די בלוה און וואקס פונעם שיינעם קהילה.

אנ"ש רופן אויס מיר וועלן זיך נישט לאזן פירן כצאן לטבח דורך דע דאזיגע כת הלייצים וואס האבן גענומען א החלטה צו אינטערווארפן הגה"צ ראש ישיבותינו שליט"א און ווי די אויסדריק פון אחד מראשי הלייצים יואל דאסקאל האט געזאגט פאר אינגעלייט אז "אויב וועט דער ראש ישיבה זיך נישט בייגן פאר אונז וועט ער אריוס גיין מיט בלויע סימנים.." עפרה לפומיה !

מיר שרייען אויס און די טעג.  דער ראש ישיבה וואס האט אונז געהאלפן און אלע מצבים, שווערע און גרינגערע, און ליידן און און פריידן, וועט ווייטער אונז פירן ברוחניות ובגשמיות, און נישט די "כת הלייצים" בראשות דעם טעראריסט חעזקעל ראטער, באש ובמים נילך למען כבוד הגה"צ ראש ישיבותינו שליט"א

ואנו תפילה אז דער בוכ"ע ישכין שלום בינינו און מיר זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין פני משיח צדקינו ומלכינו כ"ק מרן רבינו שליט"א בראשינו, אכי"ר.

אחד מבני החבורה בשם די הונדערטער אנ"ש פון בני ברק.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.