רשימת הבלוגים שלי

יום חמישי, 6 ביולי 2017

הזאלונים משיבים אש מכים באהרוני

מאת זאלוני

 ר' חיים אתה מדבר בארוני מה איתך? ביזט געפאלן אויפן קאפ אינגאנצן

אתה יודע שהארוני טיפש סרוחה הוא לחסידישע רבי לצעוק ''שווייג'' על רעבעס אחרים?! לחסידישע רבי לעשות חוזק מחסידיו של אחיו הקטנטשיק שההפגנה שלהם בברקלי עולם לא קטן טראמפ טילפל לביבי אתה חושב שזה לא טיפשות? נא לפרסם הצד השני.

מורנו ורבינו מהר"י גאב"ד פראשבורג אומר:
אמאל ווען מען האט געהערט איינעם רעדן האט מען געוואוסט וועלכע צייטונג ער לייענט היינט ווען מען הערט איינעם רעדן ווייסט מען וועלכע צייטונג זיין רב לייענט, דאס איז נוגע די לעגיטימאציע פון דעם טיטל 'סיקריקין' וואס דער קרוב מיט די גרויסע רבי'ס האט געגעבען פאר א טיטול וואס איז אויסגעטראכט געווארען דורך די דורכגעפוילטע איטערנעט שרייבער פון די חרדל"ישע וועב זייטלעך און איבערגענוצט געווארען דורך די 'אלטע' רעדאקציע פון בלאט, היינו טעמא דטראמפ והיינו טעמא דסיקריקין...
באמת, פאר ווער ס׳האט געזען דעם קליפ און געהערט די רעקארדינגס פון אהרן ווי ער רעדט ווי א וואניזיגער משוגענער מטורף ביי די אסיפה וואס האט מכלומר'שט געדארפט זיין לשם שמים און ער האט עס בזדון פארוואנדעלט אין א פורים גדול וקטן גם יחד, דארף מען דאך גארנישט מסביר זיין.

איך וויל נאר ארויסברענגען אביסל א טיפערע נקודה וואס איך האב געהערט היינט פון אן עלטערן מענטש, א בר דעת.

זאגט ער מיר אזוי.
דא איז פארהאן א איד א ראש ישיבה מובהק, איינער פון די גרעסטע און רעספעקטירסטע תורה-אויטאריטעטן פון דעם עולם התורה, דער זקן ראשי ישיבות הרה"ג ר׳ אהרן שעכטער שליט״א, אן ערליכער אויסגעארבעטער מענטש, א פארמאכטער מענטש וואס גייט נישט ארויס פון זיינע ד׳ אמות של הלכה רעדן דרשות אין ערגעץ, און דא ביים גזירת הגיוס האט ער אבער געשפירט אז דער עתיד עולם הישיבות געפינט זיך אין סכנה, האט ער מיט מסירת נפש דורכגעבראכן אלע מניעות און איז געקומען מיט ״מסירת נפש״ ממש, צו גיין צום היסטארישן כינוס רבבות משמיע זיין את אשר בלבבו דעם גרויסן צער וזעקת התורה!

ער האט פאר דעם געליטן מורא׳דיגע דרוק און רדיפות פון די הנהגת הפארטייען וחברי הכנסת אין ארץ ישראל וועלכע זוכן אלעס משתיק צו זיין, אבער גארנישט האט אים נישט אפגעשטעלט, זייענדיג קלאר ביי זיין מיינונג, נאכן דורכגיין אלע פרטים, אז דאס איז דער ריכטיגער שריט למען ה׳ ותורתו.

יעצט, גייט דער ראש ישיבה ר׳ אהרן און רופט אינאיינעם מיט ר׳ מלכיאל אן אסיפה, ומחמת התועלת
-- מיינענדיג נעבעך לתומו אז ס׳איז א תועלת --
לאדענט ער דיר אויך צו ״זיין״ אסיפה וואס ער פאררופט, גייסטו אהרן ט"ב, ביליגער ראצער, און מיט דיין פארעכדיגער טראציגקייט, מאכסטו חוזק פארנט פון אים!-, ער זיצט דאך נעבן דיר!, מיט אזא ביליגקייט און ביטול פון דער אסיפה פון טויזנער ערליכע אידן, מיט נארישע בעיבישע זשאוקס פון טראמפ, וואס פאסט זיך נישטאמאל פאר א כיתה דלת יונגל???!!!

אתה משוגע?! דו האסט נישט אזויפיל נארמאלקייט אין דיר, צו פארשטיין אז מ׳מאכט נישט חוזק בפניו פון סיי וועלכן איד, ובפרט פון אזא ראש ישיבה מופלג, פון א שריט וואס ער האט געטון???

איז דאס וואס דער ראש ישיבה וואלט אין זיין לעבן דערווארט צו באקומען פון איינעם וואס פרובירט זיך צו רופן מיט׳ן נאמען סאטמאר???!!!!

דו האסטאך סאך ערגער ליצנות געמאכט פון סיי וועלכן פרעמדן מענטש וואס האאסן סאטמאר!!!

מ׳קען טאקע זען אויף דעם קליפ ווי די צוויי ראשי ישיבה קוקן זיך איבער צווישן זיך, זיי טוישן אויס דערשטוינטע בליקן, האלב שאקירט און האלב מיט א קאמישער רחמנות-שמייכל ווי צו פרעגן:
"דו האסט געהערט וואס דער משיגענער וואס זיצט דא האט אט יעצט גערעדט"?...

לאמיר יעצט לייגן אידישקייט אין א זייט. לאמיר א רגע רעדן פון פלעינע סימפל עטישקייט, ווי א נארמאלער גוי וואלט זיך אויפגעפירט! איך גלייב נישט אז איין מענטש, חוץ טראמפ, וועמען ער גלייכט זייער כידוע, ווייל ער כאפט קעלבערנער התפעלות פון אן אויפגעבלאזענעם גאטצי חוצפעניאקער ווי אים, און דערצו אז ער האט גענוג געלט אין באנק צו זאגן שמע ישראל בכוונה.. וואלט אזאנס געטון!

ווי עקלדיג, גרויליג, נידריג און חוצפה׳דיג דארף א מענטש זיין צו אזא אומפארשעמטקייט?

מיט אלע תירוצים אינאיינעם, למשל וואס אן ארויני איז מיר היינט מסביר, אז מ׳מוז פארשטיין נאך אלעם אז דער רבי איז געווען דעפרעסט נאכ׳ן כינוס און ספעשל נאכן בלאט שמואל, ווידער פרשה וואס האט אים קראנק געמאכט כידוע, איז ממילא האט ער דא ביי די אסיפה זיך אויפגעקראכט מיט א גייסטישן מעלט-דאון, איז דאס נאך אלץ נישטא קיין תירוץ אויף דער וועלט פאר אזא אומדערהערטער אויפפירונג, אפילו פאר א פשוטן איד, און געוויס נישט פאר איינעם וואס האט איין יאר חול המועד אפגענומען מזל טוב׳ס צו זיין ווערן רב קהלות סאטמאר בכל קצוי תבל...

און דאס איז שוין אויסער די עצם הבלי הבלים ושקרים נוראים וגדולים שיצאו מבוהלים ודחופים פון דעם מה מפיק שטיות וקללות ביי די אסיפה, מיט די פרעכהייט קעגן אנדערע רבנים (די געציילטע וואס זענען דארט פארבליבן...) וואס האט ארויסגערופן א גיעול נפש ביי יעדן רעכטדענקנדן מענטש, אפגערעדט ביי איינעם וואס האט אמאל געעפענט א ויואל משה צי א דברי יואל און ווייסט פון וואו סאטמאר קומט, וואס א הייליגן רבי׳ן מיר האבן געהאט, און וואס מיר שטייען פאר.

זה לעומת זה, עשה אלקים, ווער עס האט מיטגעהאלטן נעכטן די אנטוויקלונגען פון דעם מסע הקודש קיין צרפת, די מורא׳דיגע דרשה נפלאה פון רבי׳ן, די הייליגע, ריינע, לויטערע, איידעלע, ערליכע, אויפריכטיגע, אמת׳דיגע דיבורים פון כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א פאר טויזנטער אידישע קינדער אין ווייטן צרפת צמאים לדבר ה׳ היוצא מפיו, וואו אויסער השקפה טהורה, חכמה ותבונה וגדלות בתורה, האט זיך אפגעשפיגלט דאס נארמאלקייט, אריגינעלקייט, איידלקייט, מיט וואס דער איד איז ארומגענומען בכל רמ״ח אבריו ושס״ה גידיו, און צו זען די אומגלויבליכע הערצה פון אלע שיכטן און קרייזן בראשות גדוליהם ורבניהם צו דעם איד וואס טראגט מיט הייליגער שטאלץ אבער ריינער הכנעה דעם דגל מחנה יהוד״א פון סאטמאר, און צוזען די מורא׳דיגע אהבה גלוי׳ והערצה נפלאה פון דעם גאון וקדוש פשעווארסקער רבי שליט״א צו דעם איד, בלייבט נישט איבער מער ווי אויסצושרייען:
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו, ברוך שהבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת ומנהיג אמת, וזאת התורה לא תהא מוחלפת, ברוך שלא השבית לנו גואל, ולאורו נסע ונלך בדרך האמת עד ביאת הגואל!!!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.