רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 24 במאי 2024

זכרונות פון חלאקע ירושליימער יינגל


 מאת אברום בורשטיין

מירון מיט א יובל צוריק, זכרונות פון חלאקע ירושליימער יינגל
תגובה מאנטאג מאי 20, 2024 4:28 pm

ל"ג בעומר מיט א יובל צוריק
זכרונות פון א ירושליימער כאלאקע יינגל

ווען מירון האט נאך באלאנגט צו רשב"י...

דער דארף מירון אונטן האט זיך נאר וואס אויפגעשטעלט, פון יידן פון די מזרחי, ציוניסטישע.
זיי האבן אויסגעקליבן דעם פלאץ, נישט ווייל רשב"י איז באגראבן אויבן, אפשר טאקע "כאטש" דער ציון איז דארט אויפן בארג.
געבוייעט דארט שטאלן פון קיען, פי, הינער א סאך, און איינגעזייט פלאנצונגען ושאר ירקות, געמאכט געלט, אנגעזעצט, געבארגט חובות און געצאלט כמנהג גוברין יהודאין.
אין יארן ארום, וועלן זי דאס אלעס פארמאכן, און איבערבייטן אויף צימערן מיט פראסטע בעטן צו פארדינגען פאר די פרמיטיווישע היימישע יידן, און זיך לאזן באצאהלן א סאך געלט אויף באקומען א בעט, מיט די מינימאליסטישע באדינגונגען, זאלן די חריידישע צאהלן, די וואס געבן גארנישט צו, מיט זייער עקזיסטענץ, פארן ציוניסטישן מדינה.

תשל"ה 1975
איך בין א יינגל פון 3 יאר, מעפארט אין מירון מיר מאכן חלאקע בי רשב"י הקדוש.

מירון איז נישט פרעמד פאר ברסלבער בכלל און פאר מיין משפחה בפרט.
מיין זיידע רבי משה בורשטיין ז"ל פלעגט פארן יעדן שבת מברכים אין מירון, מיט 2 אטאבוסן זיך געשלפעט, 7 שעה.
טייל מאל מיט מיין באבע ע"ה און א סאך מאל מיט א פאר קינדער, אין די שווערע יארן וואס סאיז קעווען ליידיג א גאנץ יאר דער גאנצער בארג, אפילו אספאלט איז נישט געווען, און פון אונטן געקראכן צו פיס ביז אויבן, די ערשטע פאר יאר, געשלאפן אין די מערה פון רשב"י, מיט א מאטראץ אויפן באדן, קאלט מחט אויפגעריסענע שויבן וינטער, און שרעקלאך הייס זומער, מיט מוסקיטאס, פליגן און בינען.
מיט נאך שרפי קודש וי רבי שמואל שפירא דער שרף, וואס דער בית ישראל און דער סאטמערער רב און א סאך צדיקים האבן פון איהם געהאלטן עולמות און געשטיצט.
רבי שמואל הורוביץ, א גרויסער למדן און מקובל, און נאך צדיקים, וואס האבן זיך געווייקט אין יענע צייטן אין מירון.

מיין טאטע רבי חיים בורשטיין ז"ל האט מיר דערציילט אז בי 15 יאר תשי"ט, איז ער געווען מיטן זיידן אין מירון אויף א שבת ווינטער,
ליידיג! פוסט! קאלט!
קעץ זענען אפילו נישט געווען דארט, נאר זיי צוווי א גאנץ שבת.

מיט די צייט זענען די "חכמים" די ספרדישע, וואס זענען געווען דארט פון די צייטן פון תלמידי האר"י הקדוש, געלערנט זוהר און געשנארט בתקיפות געלט פון די באזוכער, זענען זיי נפטר געווארן און נישט איבער געלאזט א דור נאך זיי פון שומרי תורה כמעט, די צימערן איבער'ן ציון וואס רבי אברהם גלאנטי האט געבוייעט וי דער אריז"ל האט איהם רעקלאמירט, זענען האלב חרוב, טויבן האבן זייערע נעסטן געלייגט דארט, שלענג און שפינען.
די ברסלבר האבן דאס אנגעהויבן נוצן, אזוי איז ביז היינט געבליבן די צימערן בחזקת די משפחות וואס קומען א גאנצע צייט, צו רשב"י, שבתים און אינמיטן וואך, און א חלק פון דעם איז הכנסת אורחים, אזוי וי למשל מיין שווער'ס טאטעס צימער הרב מדרכי אלעזר רובינשטיין ז"ל, וואס ווערט ל"ג בעומר און נאך מציין פארוואנדלט אין א הכנסת אורחים, מיט פרישע עסן און טרינקען.
ער אליין אין די שווערע צייטן, פלעגט ארום גיין און צוזאמנעמען עסן ווארג מיט ירקות און מחיה מתים זיין די עובדי השם וואס האבן דארט געדאוונט און געלערנט אויסגעטוהן פון דער וועלט.


מיין זיידע האט נישט געוואלט נעמען א צימער סתם אזוי, האט געווארט ביז ער האט דאס באקומען פון די משרד הדתות וואס האבן געהאט די פאראנטווארטלעכקייט איבער דעם ציון און די מקומות הקדושים.
מיין באבע האט געפארבט מיט אייגענע הענט דעם צימער.
וואסער און לעקטער נאך נישט געווען דעמאלט, אבער א נאפט מאשין און א אויבן פון נאפט איז יא געווען.


איך געדענק נאך וי מיר האבן געשלעפט וואסער אין א עמער, און געגאסן אין א צוויטע עמער נטילת ידיים.
אין צענדליגער יארן ארום האט מען שוין אויסגעבויעט א קליין בית הכבוד, און קראן סינק, און קליין קאך ווען מיין זיידע איז שוין געווען קרוב צו 80 און ער האט דאס גענוצט קרוב צו 20 יאר ביז ווען ער איז נפטר געווארן תשע"ב בי 98 יאר, אלע שבת מברכים געווען דארט!!


היינט מאכט מען דארט חלאקעס און ווען איך קום דארט ברענג איך מיט כלי נגינה און דער הייליגער צימער ווערט אויפגעלעבט מיט אמאליגע לידער און געפיהל.


צוריק צו מיין חלאקע מיט א יובל יאר.
דער וועג איז געווען זייער לאנג און נישט לייכט.
פון קאטאמאן נעמט מען א טעקסי, א אלטער צ'אקער מיט שטרוייענע בענק הויכע, פון דארט ארויף אויף א אטאבוס, א דינע וואטע מיט בלוייע סקיי בלוי אויף די שטוהלן, אייזערנע זיילן, און אויפן דאך א גרויסע מעטאלענע קאסטן, דארט בינט מען צו די געפעק, רענצלאך, און שמאטעס, מיט א אייזערנע לייטער קריכט מען ארויף לעגן דארט אלעס.
ווער זענען די פאסאשירן אין דעם אטאבוס?
גאנץ שבטי ישראל גאס!
ברסלבר חסידים, און אויך שערי חסד איינווינער, די באווסטע ירושליימער ארייענטאלישע ליטווישע יידן מיטן גאנצן אראבישן כבוד ויקר, וואס האבן געלענט פון די אראבישע שעכן די שכנים, דורך די 200 יאר ווינען אין מיטל איסט, ווארטן שטארק אויף רעספעקט און אויך געבן זיי רעספעקט יעדן.
פרענקישע פאמיליעס, מיט באבעס זיידעס, פרוייען און פיצלאך קינדער, מיט פארטאכער פון מיט זיסקייטן, פעקלאך מיט מאראקאנישע האניג געבעקס, איינגעוויקלט אין האנטוכער און זילבער פאפיר, טיילן אויס אלעמען יעדן שעה נאשערייען, שרייען קולולולו צו יעדן חלאקע יינגל, און שרייען מיט אלעמען די ליד בר יוחאי מיט זייער העבריישע הברה.
מיר דער חלאקה חתן יינגל, האט מען אנגעטהן אין א קליין כאלאט, עקסטער גענייט פאר חלאקע יינגלאך, דעמאלט האבן אלע פרוייען און יידישע טעכטער געקענט נייען.

מפארט א 2 און א האלבע שעה, און משטעלט זיך אפ אין די שטאט חדרה אין מיין באס סטיישן.
וואס איז?
אה.
דער מאטאר פון דעם באס, איז שוואך, מעבייט אויף א אנדערן, מחליף פרה בחמור.
משלעפט צוריק אראפ אלע זאכן פון דאך, אפגעבינדן און געקראכן נאכאמאל אויף דעם דאך פון דעם "נייעם" אטאבוס, צוגעבונדן, די פלעצער ווערן פאכאפט, א טייל די זעלבע פלעצער, א טייל זאגן אז סאיז א נייער דין און נישטא קיין חזקה פון פריערדיגן באס, משנה מקום משנה מזל, אביסל געקריגט זיך די קינדער און אויך עלטערע אבער שנעל געמאכט שלום, מפארט דאך עפעס צו רשב"י ניין?..
מעפארט אריבער די פרדסים וואס אין די תקופה שמעקט אויף שיכור צו ווערן פון די בלומעלעך וואס וועלן אויסוואקסן מאראנצן, לימענעס און אזעלכע, אויפן געגנט שאראן, (השרון) צווישן נתניה און שכם.

ר' נתן שפירא ב"ר שמואל ז"ל הויבט אן זינגען דעם פלאשן ניגון, וואס פארמאגט א שטארקן קראפט צו רירן הערצער, א פאר יונגעלייט נעמען א פלאש אויפן קאפ, די פרענקישע טיילן וידער פון זייערע געבעקס און זיסקייט, ביז דער באס הויבט אן טאנצן אויף בורות שיחין פון די אלטע אספאלט וועג.
און אין מיטן זעהט מען שוין פון דערווייטנס די הויכע בערג פון גליל העליון.
דאס איז דער ג'ערמארג שרייט א בחורל, וואס עפעס? בארוהיגט איהם א עלטערער ייד, דאס איז נאר דער אנהויב פון די הוכע גליל בערג,
דער באס הויבט אן מאכן הקפות, די וועג ווערט שמאל, פון די זייטן ווערט טיף די אפגרונד, מאיז מתפלל אין הארץ, א טראק קומט אנקעגן, ואני אנא אני בא?
אונזער באס רוקט זיך אין זייט, און מיר האבן מורא ער זאל זיך נישט אומווארפן חלילה ביז אונטן, איינער שרייט: וואס האט איר מורא? בזכות רבי שמעון! און מיט דעם פרובירט ער זיך אליין בארוהיגן, דער דרייווער אליין איז דווקא זייער רואיג, פארט שוין יארן אויף די וועגן, ער רעדט יידיש כאטש ער איז ווייט פון יידישקייט, אזוי וי א סאך, אין די שטאט חדרה און תל אביב און חיפה אין יענע יארן.

און האט איז מען שוין ממש נאנט צו מירון, די בעקאנטע בערג, וואס תנאים זענען דא באגראבן, דא האבן זיי געלעבט, געלערנט און געשריבן די משנה, דא האט רשב"י זיך געדרייט מיט רבי פנחס בן יאיר און געשאפן דעם זוהר הקדוש, דא איז דער אר"י הקדוש געגאנגען מיט זיינע תלמידים און מגלה געווען קבלה מיט קברי צדיקים.
נאך 7 שעה פארן שטייט אויף אברהם חשין, דעמאלט א יונגער מאן, א מלמד א.ב. עד היום אין הונגערישע חיידער שומרי החומות מאה שערים.
ער הויבט אן א באווסטע פרענקישע ליד: נהלל נודה ונהלל, בזכות התנא רשבי נודה ונהלל, שרייען אלע צוזאמען: נהלל נודה ולנהלל.
בזכות הצדיקים נודה ונהלל, אלשע שרייען נודה ונהלל, דאמאלט גייט ער אריבער צו די משפחות פון באס: בזכות רבי שמואל שפירא נודה ונהלל, שרייען אלע און די שפירא'ס נאך העכער: נהלל נודה ונהלל,
בזכות רבי משה בורשטיין נודה ונהלל...
בזכות חכם חנון נודה ונהלל, שרייען זיינע קינדער: נהלל נודה ונהלל.. און די פרוייען מאכן קולולולו אז מקען טויב ווערן...
און יעצט זענען מיר שוין ביים בארג אונטן, נאך נישטא קיין וועג ביז אויבן, מגייט אראפ, גלייכט אויס די ביינער, און משפלעט אלע שמאטעס, זעק, טעפ, קאפעס מיט עסן, האנטוכער, וועגאלאך, אלע העלפן אלעמען און מעקריכט ארויף אובין צום בארג ציון הרשב"י.
אין די זייטן זעהט מען שוין געצעלטן פון ספרדישע יידן, זיי האבן א מסורה צו קומען דא אויף א פאר וואכן נאך פאר די הילולא און נאך דעם, מיט שעפסן מאכן א קרבן, און אראק, און די באביצ'קעס פארען זיך ארום מיט די פייערן און קעכעריי, אלע גייען דארט בארוועס אן שיך אן זאקן.
אלץ זינגט אלץ בליהעט אלץ איז לעבעדיג.
עד כאן פרק א'

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.