רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 10 באפריל 2017

ראו מה מרשים לעצמם אדמורי"ם - אלו תפנוקים

רבנים האבן לשם אינטערטעמענט...

א זילבערנע שטעקן. 
א קאר מיט טינטעט פענסטערס. 
אן אומזיסטיגער הויז בחור. 
א היימישער קאפעליע. 
א קוה האר טלית באטעל. 
א הויעכער לעדערנעם בענקל. 
א אייביגער שירעם האלטער. 
א בענקל אריינשטיפער. 
א פרייוואטער מקוה. 
א דרייווער ביז צום טיר. 
א זילבערנע זופ טעלער. 
א ווארימע פעלץ. 
א פרייוואטער נייעס איבערגעבער. 
א געטריייע שלעגער. 
א אנגעגרייטע מקום קבורה. 
א עסקארט צום עירפארט. 
א שטארקע רענצל שלעפער. 
א פרייוואטע בית כסא ביי מזרח. 
א ווייץ קלויבער. 
א מאסט קוועטשער. 
א באנדע קלאטשערס. 
א ברייטע דירה אין נוי העמפשיר. 
א קופקע שווענץ. 
א גרופע פאפאראצי. 
א תמימותדיגער עושר. 
א באצאלטע וועקעשין אין פאלם ספרינגס. 
א נטילת ידים האנטוך האלטער. 
א הערליכע ווילע אין פלארידא. 
א גרויסע סטאדע בהמות גרייט פאר אלע זייערע אינטערטעמענט געברויכן. 

איך האב נישט קיין איינע פון די אויבערדערמאנטע זאכן. 

איין איינציגע זאך וואס איך האב זיך ערלויבט פאר מיין אינטערטעמענט איז מיין סמארטפאון. 

שמור לי ואשמור לך. איך לאז דיר האבן די אלע אויבערדערמאנטע זאכן פאר אינטערטעמענט *שלא לצורך פרנסה*. זייט נישט אזוי סעלפיש האקט נישט אויף מיין אינטערטעמענט כלי. 

נ.ב. איך צאל *אליין* פאר מיין אינטערטעמענט כלי.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.