רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 20 בנובמבר 2016

תפילין מחפשים בזבל אבל ילדים חרדים זורקים לזבל

מאת יהודי כואב

זייער שיין מען גייט זוכן ביז ראטשעסטער אין די מיסט א תפילין וואס איז ליידער אריינגעפאלן אין מיסט וואס להלכה איז מען נישט עכט מחויב נאר מען גייט ארויס די עקסטער מייל לפנים משורת הדין
איז וויל איך ענק פרעגן האלט עטס נישט אז א יודישע בחור צו מיידל צו יונגל איז נאך אזוי חשוב און טייער ווי א תפילין ? און נישט נאר מען ווארפט זיי אין גארבעטש מען מאכט זיי ווי גארבעטש אליין מען ווארפט זיך ארום מיט זיי כאילו זיי זענען גארנישט. סנישטא קיין פלאץ. קאל מיך מארגן. סנישטא קיין געלט. דיין זון איז נישט קיין מציון. מיט אלע סארט בארבארישע תירוצים ווארפט מען זיך ארום מיט דעי יונגע תשמושי קדושהלעך
נאר וואס דען גיין זוכן א תפילין ברענגט פאבליסיטי ברענגט בילדער ברענגט כלומפערשט קידוש השם און אריינעמען קינדער און מוסדות ברענגט גארנישט איז ווארפט מען זיך זיי

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.