רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 6 במאי 2024

ויפתח ה' את פי האתון האהרוני - קורא למלחמה בזאלוני ובברסלב

 

מאת סאטמארי

נעכטן אין אלע שוהלן און שמחות האט מען גערוישט און געלאכט פון דעם אהרוני אהרן טייטלבוים אז ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן ווידער זיך צערעדט אויף פייער און אויף וואסער קעגן ערליכע אידן. 

ער האלט זיך דאך פאר רבן של כל בני הגולה זיין ברודער זאלמן לייב טייטלבוים קריכט אים אויף די געהירן ער איז געווען שבת אין קרית יוא'ל צוליב די יארצייט פון זייער פאטער דער ברך משה און דאס האט צוגעטרוירטן צו די נערוון פון זיין גרויסן ברודער אהרן. 

ווי כידוע בויען די זאליס גרויסע שוהלן אלל אווער קרית יואל און די גלילות פון בלומינג גראוו און נאך געגענטער ארום און ארום דארטן מיט עשירים פון וויליאמסבורג וואס האבן דארטן סאממער האוזעס און זענען מנדב גרויסע טייערע בנינים וואס נעמט ארויס די אויגן פון יעדן פארטייאישן אהרוני דאגי. 

ר' אהרן האט זיך איינגעהאלטן די לעצטע פאר יאר נאר גערעדט ברמיזא נישט אפען און גראב ווי דעם שבת נאכמיטאג כלומפרשט האט ער פארגעלערנט פרק אבות לעילו נשמת זיין טאטע'ן אין טאג פון יארצייט אויסגעפאלן אין שבת קודש, אבער ער קען דאך נישט רעדן קיין מוסר ווייל ער איז דאך א פארפוילטער נארישער שחצן רשע וגס רוח האט ער זיך צעפייערט קעגן א ברסלב בית מדרש ווי מ'דאווענט נאך זמן תפילה און מ'דאווענט זייער שנעל לויט אים ער האט געזאגט אז די טאטע האט אים אויפגענומען אלץ רב אין שטאט קרית יוא' און די גלילות מילא וועט ער נעמען די געזעץ אין די הענט ער וועט אראפ שיקן די קרית יוא'ל פובליק סעיפטי און דאס פארמאכן אין שלאס און ריגל ווער ס'וועט דארטן אריין גיין גייט ווערן ארעסטירט! 

אויפ'ן קומענדיגן שבת גרייט מען זיך אויף גרויסע מלחמות ווייל אלע זאליס און בני יוא'ל גיין זיך אהין גיין שלאגן מיט די גוים פון אהרן טייטלבוים זיי גייען ווערן ארעסטירט! 

ס'לעבעדיג און לוסטיג! די בית מדרש האט גראדע געהאט מער אהרונישע מתפללים ווי זאליס און בני יוא'ל ווייל מדאווענט דארטן געשיקט ווי אין שומרי שבת בארא פארק אבער איצט גייען אהין גיין מער אנטי אהרונים דווקא צו ווייזן פאר אהרן אז ער איז נישט שטאט'ס רב ער וועט אבער זיך נישט קענען איינהאלטן ער גייט ארעסטירן אסאך מענטשן און שלאגן דארטן אסאך אידן אבער נאך א פאר חדשים זאגן די זאליס ער גייט אויפגעבן אזוי ווי ער האט אויפגעגעבן אלע זיינע פייטס די לעצטע פופציג יאר אין קרית יוא'ל אחוץ דעם רביצן'ס שוהל וואס ער האט יא פארמאכט אבער חרדים און אלע אנדערע זאלי און בני יוא'ל שוהלן וואקסן ווי אויף הייווען אויך די חתונה זאלן וואו ער האט געזאגט אז יעדער איז א ממזר וואס ווערט געבוירן צו אזא חתונה געהאטע פארפאלק גייט אן כאילו לא הי' 

די פאשקעווילן לויפן נאך אבער יעדער לאכט זיך אויס אפי' די גרעסטע אהרונים היינט איז קיווע הערש קליין זייער גרעסטער תומך א גרויסער תומך פאר בני יוא'ל ער בויט אליינס א זאלי שוהל אין זיין דעוועלפמענט קרית ויוא' משה אויפ נינדזשע ראוד ביים אריין גאנג צו קרית יוא'ל אויפ'ן זייט פון 17 קעגן איבער די סטעיט טרופרס און די זאליס לייגן פאר אים אריין שכוחס אין די גאעסארטע וואכנשריפט צייטונג פאר זיינע צדקות צו זיי. 

ונזכה ונחי' מה יהי' וואס וועט זיין ר' אהרן האט צוגעזאגט אז ער גייט פארשפארן דעם שוהל מסתם ווייסט ער אז דאס האט נישט קיין געהעריגע פערמיטן. און דורך מסירות וואס די אהרונים קענען זייער גוט וועט די ניו יארק סטעיט באמאטע געבן פאליצייאישע אינפארסמענט צו וויטריא'לס פובליק סעיפטי.  

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.