דפים

יום חמישי, 29 במרץ 2018

מותר מיינט נישט אייביג כשר

פון איין זייט: געבענשט זאל זיין דער פיינער קעפעלע וועלכער האט ממציא געוועזן דעם באגריף פון ''צביונה היהודי של מדינת ישראל'' וואס איז געווארן א פאליטשער וואונדער בייטש אין די הענד פון די רעליגעזע פאליטיקער ווי אן ענדלאזע שמאלץ גרוב פאר נאך און נאך געלט וואס די צומישטע חילונים מוזן גיבן איבער'ן און אונטערן טיש למען השלום ובבחינת וחטאיך בצדקה פרוק. און חאטש ס'איז פשוט דאס דיע וואוילע מזומנים ווערן פארשלונגען אין גאר שמאלע קרייזן און ס'בלייבט קיינמאל נישט קיין חצי כזית פאר די חרדי'שע אביונים פאר וועם מיין הארץ גייט אויס.. אבער דאך, ווען די פראגע איז צו מיינע באנדיטן זאלן דאס האבן אדער בלייבן ביי זייערע באנדיטן? זאל שוין זיין ביי אונזערע באנדיטן.. 
מצד שני דער מאראלישן אפפאל פונ'ם דאזיגן ציגיינער שווינדל וואס די גרויסע און היילגע ווי דער אלגעמיינער ציבור שטיצט וויסינדיג דאס ס' באשטייט פון שקר, צביעות און פוילע שטיק איז ליידער נישט קיין גוטע. 
יעצט ווען ס'איז הערויפגעקומען דער עסק פון פארמיידן דאס חילונים און נכרים זאלן קענען חמץ שמוגלען אין די אלגעמייינע שפיטעלער  האב איך זיך דערמאנט אין אן אור-אלטע בעקאנטע מעשה, און דאך א גוטע אנאקדאטע:
מעשה בגרויסער נגיד ירא שמים וועלכער איז נעביך געפאלן קראנק און מאנכע דוקטוירים האבן איהם באפוילן צו עסן חזיר לעבער ל''ע.
נאטורליך, ס'גיבן נישט קיין שום חכמות די הייליגע תורה האט באפעלט וחי בהם ולא שימות בהם.. און מען איז מחוייב צו פאלגן די רופאים..
אבער דא איז געקומען דער גאלדענער געלעגנהייט פאר דעם חולה'ס חשוב'ע בנים די מצויינים צו זינקען לעומקא דדינא,  זיי זענען מיטמאל געווארן טרוד און צורייצט צו מחבל זיין תחבולות וויאזוי דער טאטע זאל אפשר קענען מקיים זיין מצוות הרופאים און אויך נישט עובר זיין בדאיכא דרכא אחרינא אויף ממש דאורייתא'ס וכדו' ביז דער חריף פון זיי האט געשריגן נו מיילא עובר זיין צו עסן חזיר מוז ער, אבער ווער האט איהם מתיר געוועזן נחירה דמשווי לי נבילה ממש?!
קיצור הדברים דאס מען האט נישט מקמץ געוועזן בהוצאות און געקויפט א פיינע געלע חזיר'ל און געברענגט א גאר אן ערפארענער שוחט א ירא שמים מרבים וועלכער האט עס געשאחטן בלא ברכה כדת וכדין מיט אלע הידורים, בודק געוועזן דעם סכין לאחר השחיטה ונמצא כשר, אבער ווען ס'איז געקומען צו די בדיקת פנים האט ער געפונען א סירחא.. נאטורליך  די חבורה פון די נגיד'ישע יוגע לומדים רופן דעם מורה הוראה.
און יענר קומט און שטייט נעביך און קוקט אויפ'ן מחזה מיט'ן אפענער געקוילעט'ן חזירל און הערט צו די גאר ערנסטע בניתיירה יונגעלייט די וויכטיגע פרטי הדברים,  דאס דא קען ער זיך אפשר פארלאזן אויף די פוסקים המקילין ווייל סאיז פאר חולה שיש בו סכנה און מצוות הרופאים איז דאס מען מוז איהם מאכיל זיין חזיר-לעבער וואס זיי גיין בראטן כדו''ד און צופיצלען פאר איהם צו פחות מכשיעור אכילה שטיקלאך אוך מען גייט שטיין מיט א זייגער ווארטן פון ביסן צו ביסן שיעור אכילת פרס וכו'..
טראכט נעביך דער בליץ געשלאגענער מורה הוראה, ביז ער האט זיך מיישב געוועזן און געזאגט: איך פסק'ן דאס אייער פאטער זאל תו''מ פאלגן זיינע רופאים און עסן חזיר לעבער, אבער זאגן כשר אויף א חזיר'ל דאס קען איך נישט..
תכלית הדברים, אז רצון השי''ת איז געוועזן דאס די אומות זאלן באשטעטיגן א פרייע דעמאקראטישע מדינה פאר אידן אין ארץ ישראל, מוזן מיר נעמען אלע פראקטישע שריטן צו קענען דארט לעבן אונזער לעבן בדרכי התורה, אבער 'כשר' קען דאס קייינמאל נישט זיין.. 

יהודי פשוט

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.