דפים

יום שישי, 1 בנובמבר 2013

קורא להלחם בטרור של 'העדה החרדית'

אל כבוד העומד בראש מערכות ישראל להציל העשוקים והנאנחים כה לחי
הנקרא והידוע בשמו הטוב ר' חיים שאולזאהן שליט"א
שלחו ליה לחיים שאולזאהן "את באמעריקא ומצודתך פרוסה על כל העולם כולו"
קודם קום איך דיך דאנקען בשם אלפי ישראל וואס דו לייגסט אראפ גוט די שרעקליכע חוצפה פון ארויסווארפן יונגעלייט פון כולל פון הרב ווייס גאב"ד
די חברה אתרא קדישא מיט זייערע שמוציגע מיטהעלפערס דא אין אמעריקא
שלעכטע מענטשען רשעי ישראל וואס זענען נאר דא צו טון רשעות פאר יעדען וואס טאנצט נישט נאך זייער טייועלנישען טאנץ
צו זאל דאס זיין הגאון ר' משה שטערנבוך
אדער כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן
אדער כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק
אדער אפילו אמאליגע גדולי ישראל וויא הגאון ר' משה פיינשטיין
אדער כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש
אדער הגאון ר' פישל הערשקאוויטש ובית דינו
זיי זענען בבחינת אני ואפסי דאס איז קליפת עמלק
דאס מיינט נאר איך און איך און איך
קיינער טאר נישט עקסעזטירן נאר אז ער ווארפט זיך אונטער אונזער פארטיי
און מען לייגט נאך אריין דאס גאנצע רשעות אין די תורה
כאילו וויא די גאנצע תורה באשטייט נאר פון רשעות אקעגען יענעם און מען רופט דאס נאך אהן קנאות רח"ל
וועגען דעם בעטן מיר זייט מגלה פאר די גאנצע וועלט דאס פרצוף פון די רשעים די עדה חברה וואס מאכען חרוב דעם כלל סיי מיט פייניגען אידען וועגן די מכלומערשטע גויישע קברים וואס מכלומערשט נעמען זיי זיך אהן פאר די גויים
אזוי וויא נעכטן האבען די פינסטערע עלעמענטן געמאכט א אסיפה אין קרית יואל און צוזאמענגערעד ממש על ה' ועל משיחו אויף אלע גדולי ישראל מיט שרעקליכע קללות כדרכם רח"ל
און וועגען איז זייער חינוך פארפוילט עד הסוף רח"ל מיידלעך מיט יונגלעך בחורים ווערן אפגעפארן ווייל זיי ברענגן ארויס א גועל נפש ביי זייערע אייגענע קינדער
אזוי וויא מען קען הערן אויפן אפיעצלען האט ליין פון סאטמאר היינט וויא ער רופט אהן הגאון ר' משה פיינשטיין
דער אזויערופענער בעל אגרות משה דער פאלשער פוסק מסית ומדיח רח"ל
זייערע אלע השגחות איז סתם א בלאף אלעס וואס ווערט געמאכט דאהי אין ווייטן טעקסאס שרייבען זיי מאושר מטעם ביד"צ של העדה החרדית
וואס קיינעם האבען זיי נישט דארטן אין די אלע גוייישע טרייפענע פעקטאריס רח"ל קיין איין משגיח
זיי פארלאזן זיך סתם אפשר אויף די השגחה פון די או יו
און נאכדעם שרייען זיי אין בלאט און אין דער איד אז נאר זייער השגחה מעג מען עסן
און עולם גולם צאלט דריי מאל העכער די פרייז פאר זייערע לגיונות
יעצט טעראריזירען זיי זייערע אייגענע יונגעלייט וואס עקלען זיך שוין פון זייערע דרכים און ווילן זיך נישט אונטערווארפן אין אתרא קדישא זיי די חשובע יונגעלייט ווילן פארלאזן זיך אויף זייער אייגענעם ראש בי"ד
וואס ער איז דער גרעסטער גאון און פוסק מער פונעם גאנצן בי"ד
נו!! הרב ר' חיים שליט"א
ברענג ארויס אונזער ווייטאג און אונזער וויי געשריי פאר אלע 11 מילליאן גולשים
און זיי מגלה די צבועים און זיי זאלן שוין אויפהערן טעראריזירן יענעם און כלל ישראל
והשי"ת יהיה' בעזרינו עדכ"ש יתברך עד ביאת מלכא משיחא
גוט שבת מברכין

2 תגובות:

  1. כן! כן! עכשיו זה הזמן כולנו מבפנים סובלים בשתיקה שנים כי אין לנו טרוריסטים כמו שיש מספיק לצד השני, הגיע הזמן לטהר את העדה "להחזיר עטרה ליושנה" להיפרד מהגאב"ד והרב רוזנברגר הנתמכים ע"י הטרוריסטים ולהחזיר את השפיות לקהילות שרוצים להמשיך את הדרך על פי רבותיהם ולא בהדרכת כל מיני מאכערים וקנאים בעיני עצמם, עכשיו כשהעמידו לבחירה את הגאב"ד בקשר לגבעת ירושלים וכולם ראו כמה עדה'ניקס הולכים אחריו, כשכולם רואים את כוחו.... זה הזמן! תתחיל להילחם תוציא את כל הכתבות שקשורות לעיניין ונסיים עם הסיום של הקנאים "ולהשם הישועה"

    השבמחק
  2. לאמיר אלע מתפלל זיין און בעטן ביים רבונו-של-עולם, ער זאל טאן מיט אונז א חסד, און אריבער פירן די רשעים קיין כינע. דארטן זאלן זיי בלייבן עד ביאת גואל צדק.

    השבמחק

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.