דפים

יום שישי, 7 באוגוסט 2026

היסטאריע פון השתלשלות דרך החסידות עד היום הזה

 

דב"ק מאת מרן רבינו שליט"א
שבת נחמו תשפ"ו לפ"ק
 
חסידות משנת תפ"ו
עד שנת תשפ"ו
היסטאריע פון השתלשלות דרך החסידות עד היום הזה
 
ווי מיר האבן שוין געשמועסט כמה פעמים האט דער הייליגער בעשה"ק אראפגעברענגט א מורא'דיגן אור אין כלל ישראל אין יעדן יחיד ויחיד ממש, די שמחה של מצוה אפילו ביי פשוט'ע עמך אידן, ארויפברענגען נר"נ פון גאנץ פשוטע אידן צו ווערן בעלי מדריגה ממש. פשוטע אידן זענען נתדבק געווען באילנא דחיי און צוגעקומען צו די העכסטע דרגות אין עבדות ה'.
דאס מקיים זיין מצות כתיקונם און מעלה זיין אכילה ושתיה לעבודתו יתברך, וואס איידער ער איז געקומען איז דאס נאר געווען א זאך פאר בני עליה שהמה מועטין. ווי נאר דער בעשה"ק האט פארשפרייט זיין הייליגע אור על קצוי תבל דורך די חבריא קדישא האט דאס געראטעוועט דעם כלל ישראל מטמיון רח"ל. כלל ישראל איז נתעלה געווארן אויף די זעלבע דרגא התעלות וואס דער אריה"ק האט געטאן בשעתו.
דאס התעלות פונעם בעשה"ק ותלמידיו הקדושים האט אריינגעדרונגען ביי רבבות אידן בכל יום ויום אין שווערע ארבעטס טעג האבן זיי געטראכט פונעם שבת קודש, פון די הייליגע זמנים וואס גייען קומען און האבן יעדן טאג זיך צוגעגרייט מיט א ברען אז וויאזוי וועל איך צוגיין צום הייליגן יום טוב פסח אויב מיין הכנה יעצט איז נישט כדבעי, און דאס האט אריינגרעברענגט א ברען וחשק אנציצינדן די נשמה א גאנץ יאר מיט א חטיבה אחת.
די הייליגע תלמידים ואחריו תלמידיהם הקדושים האבן זיך אראפגעלאזט צו יעדן אידן מיט א פשטות און פאטערליכקייט, געגעבן פאר זיי קאכעדיגע עבודות הקודש וואס האט זיי באגלייט אין שטוב. דורך זייער התקשרות צום צדיק אמת האט דער צדיק אויף זיי מגין געווען בכל שעל ושעל, און זיי משמר געווען פון הונדערטער מיילן אוועק. דער צדיק האט געשפירט וואס דער חסיד גייט דורך, בגשמיות וברוחניות, מיט זיינע דרגות בעבודות ה' ובמוחין שלו בכל יום ויום.
דער חסיד וואס איז געווען דבוק אינעם רבי'ן האט געשפירט ווי דער צדיק שוועבט איבער אים. דער צדיק'ס תורה האט באגלייט און געדינט די חסידים ממרחקים. זיי האבן געשפירט א דביקות עילאי דעם גאנצן מעת לעת און האבן זיך געגרייט טאג און נאכט ווען וועל איך שוין זעהן דעם הייליגן רבי'ן און הערן נאך פרישע ווערטער, נאך בחינות, נאך געדאנקען, נאך דרגות בעבדות ה'.
די הייליגע רבי'ס זענען געווען וועג ווייזער אז מ'לעבט אויף דעם עולם ווי א גאסט און עולם הזה עקזיסטירט בכלל נישט. מ'האט געלעבט בצמצום, בדחקות און ממאס געווען בתענוגי עולם הזה. דאס עסן איז געווען כולו קודש, מ'איז געפארן אויפטאן פאר'ן כלל. די הייליגע צדיקים האבן אויסגעלערנט א איד אז מ'דארף האבן וואס ווייניגער און וויפיל מ'מפארמאגט דא אויף דעם עולם גייט עס אויפן חשבון פון עולם הבא.
ווען דער צדיק אמת איז נסתלק געווארן פון דעם עולם - האבן נישט די הייליגע קינדער איבערגענומען אחריו. כאטש זיי זענען אוודאי געווען ראוי לאותה איצטלא. דאס אויקלייבן א ממלא מקום איז נישט אריבער פון טאטע צו קינד, נאר פון רבי'ן צום תלמיד. וועלכער תלמיד עס האט זיך מקשר געווען און אויפגעהויבן די חסידים ווי דער רבי ער איז געווארן אויסגעקליבן להיות להם לעינים ולבדקה בו, ער זאל זיי מעלה זיין לאביהן שבשמים. אפילו ער איז נישט געווען דער גרויסער בנן של קדושים.
ווען מ'הייבט אן קוקן אין די היסטאריע פונעם בעשה"ק ותלמידיו, ותלמידי תלמידיו, זעט מען קלאר אז דאס איבערגעאנג האט נישט געהאט מיט די משפחה נאמען. איבערהויפט נישט. לאמיר זעהן די היסטאריע פון צען גרויסע הויפן:
1.      דער זון פון הייליגן בעשה"ק איז נישט געווארן ממלא מקום אביו - כאטש ער איז געווען א קדוש עליון.
2.      דער זון פון הייליגן תולדות איז נישט געווארן ממלא מקום אביו - כאטש ער איז געווען א קדוש עליון.
3.      דער זון פון הייליגן מגיד ממזעריטש איז נישט געווארן ממלא מקום אביו - כאטש ער איז געווען א קדוש עליון.
4.      דער זון פון הייליגן קדושת לוי איז נישט געווארן ממלא מקום אביו - כאטש ער איז געווען א קדוש עליון.
5.      דער זון פון הייליגן זלאטשובער מגיד איז נישט געווארן ממלא מקום אביו - כאטש ער איז געווען א קדוש עליון.
6.      דער זון פון הייליגן נועם אלימלך איז נישט געווארן ממלא מקום אביו - כאטש ער איז געווען א קדוש עליון.
7.      דער זון פון הייליגן מגיד מקאזניץ איז נישט געווארן ממלא מקום אביו - כאטש ער איז געווען א קדוש עליון.
8.      דער זון פון הייליגן חוזה איז נישט געווארן ממלא מקום אביו - כאטש ער איז געווען א קדוש עליון.
9.      דער זון פון הייליגן אוהב ישראל איז נישט געווארן ממלא מקום אביו - כאטש ער איז געווען א קדוש עליון.
10.  דער זון פון הייליגן רבי ר' מענדעלע איז נישט געווארן ממלא מקום אביו - כאטש ער איז געווען א קדוש עליון.

און אזוי אלע צדיקים וקדושים תלמידי בעשה"ק ותלמידיו הקדושים האבן נישט זייערע קינדער איבערגענומען צאן מרעיתם, כאטש זיי זענען אלע געווען קדושים וטהורים. - די משפחה נאמען איז נישט געווען וואס געמאכט ממלא מקום.
 
דערפאר זענען די אמאליגע דורות נתעלה געווארן בעשר קדושות, בקדושה וטהרה
ליידער היינט איז דאס מער נישטא!
היינט איז נשתנו העתים!
יא, ס'איז דא פאבריקן און קאמפאניס. ריזיגע בתי מדרשים, ריזיגע פעקטאריס, אבער קיין דביקות צו א צדיק איז ליידער מער נישטא. ס'איז דא ריזיגע פירמעס מיט פארענטשעס, מ'האדעוועט דעם יוגענט מיט א חצר, א רבי און חסידים, באגריפן וועלכע זענען ליידער אזוי ווייט פון אונז.
אנשטאט די פירער פון פירמעס זאלן אריינגעבן עפעס ווארימקייט אינעם יוגענט, געבן זיי אריין שמוץ און תאוות. די פירער ליגן אין פראסטע נידריגע לוקסוס, פארענטשעס און בילדער, זיי זענען נעבעך פארכאפט אינעם נעץ פונעם שטן וואס רייסט אוועק לבן של ישראל מאביהן שבשמים ליידער,
קוק נאר אן זייער שטריימל, ווי א כתר מלכות שהולמתו לדוד מלכא משיחא. און די חסידים ווילן דאך נאכאמאכן זייער פירער, קויפן זיי נאך העכערע טורעמעס וואס די געשעפטן פארקויפן נאר, און דאס קאסט רבבות בלי גוזמא כלל.
די פירער מוזן דאך פארן ווי פריצים אויף וואקאציע, ווייל זיי זענען דאך זייער אפגעמוטשעט פון זייער שוואויל טאג פליעהט מען מיט פריוואטע עראפלאנען ווי פרעזידענטן, מיט קארוואנען מלפניהם ומאחריהם בקול רעש גדול אדיר וחזק, מיט לעקטערלעך און בליצערס ווי עס פאסט פאר אמתע פריצים און פויבסטן. און אויף דעם קוקן ארויף די געטרייע חסידים וועלכע ווילן נאכאמאכן וואס דער פירער טוט - מה-דאך דער רבי פארט מיט א פריוואטן פליגער ווייל ער וויל דאך חלילה נישט נכשל ווערן אין ראיות אסורות, דארף דער חסיד האבן סאך מער זהירות און די יוגענט קוקט ווי אלע שוואוילטאגן, פון פארטיס און לוסט-רייזעס, טייערסטע אויטאס, שענסטע פאלאצן, שענסטע מעבל, לוקסוריעזע וואקאציע הייזער אין אלע עקן, און אלעס מיינט בלויז כבוד שמים. דער עולם הזה גלאנצט, די לוקסוס שיינט  והתורה מונחת בקרן זויות.
ווען מ'קוקט אן די תורה פון די פירער כאפט א פחד. קענען נישט נאכזאגן קיין פסוק גראד, מהאט זיך א שמש'ל, וועמען מ'רופט אן תורה שרייבער און ער שטעלט צו די תורה'לעך פאר'ן בר מצוה בחור'ל ער זאל האבן וואס זאגן, ווייל ס'מוז דאך זיין געקליידעט באיצטלא דרבנן. דער תורה'שרייבער בראקט אריין אינעם מנהיג, ויהי לפלא.
ווען מ'רעדט פון תורה איז דען דער מדובר פון זאגן א תורה'לע, ווי דער חתן דארף זאגן פאר'ן נייעם מחותן. דער פירער דארף דאך אריינגעבן א ברען אין אידישקייט, א התעלות לה' ולתורתו, ער דארף דאך ווייזן פארן דור וויאזוי א עובד השם דארף אויסקוקן, און וואס צייגט ער? ער קען צייגן אויף זיין שיינע אויטאמאביל, אויף די שיינע עראפלאן וואס וועט נעמען צו די וואקאציע היים, ווי זיין קאפ און מח ליגט.
ס'כאפט א פחד צו קוקן אויף די ליסטע פון די פירער פון די גרויסע קאמפאניס - עס שטעלט זיך גלייך ארויס דאס בילד, אז וויבאלד זיי האבן געהאט גרויסע הייליגע זיידעס, גיט זיי דאס א לייסענס צו ווערן רבי'ס אן א טראפ יראת שמים, אן א ברעקל תורה, אן א אונץ פון קדושה, אן א שום אינטערעס אין העכערקייט, אלעס איז די פארענטשעס און די בילדער וואס מ'קארמעט די קינדער, און מ'ציט ווייטער די גאלדענע קייט.
וועלכע גאלדענע קייט רעדט מען דא?
די פענסי שטריימל וואס איז א נזם זהב באף ח? די הערליכע קארוואן און די נידריגע גשמיות פון די עקלדיגע מאגאזינען וועלכע ווערן באצאלט פון פריער צו כאפן די בילדער?
איי בילדער איז דאך טריפה? אלע צדיקים זענען געווען קעגן בילדער? בילדער איז דאך א שטיק קליפה רח"ל?
נישט קיין פראבלעם. מ'שרייבט א בריוו אז מ'זאל בשום אופן נישט כאפן קיין בילדער. מ'מאכט א שטיקל אז די צייטונגען און מאגאזינען זענען מחוצפים. יעדר תינוק בן יומו זעהט גלייך דעם מציאות אז די בילדער מאכער קומען אריין און מ'גיט זיי א ספעציעלן מקום דעזעגנירט פאר די בילדער, און מ'שטעלט נאך א פנים פון א תם, די מאגאזינען פאלגן נישט.
כ'האב שוין כמה פעמים געזאגט, און יעדער ווייסט אז דאס איז אמת ויציב:

דער הייליגער סאטמאר רב איז געווען א קדוש עליון, א מלאך אלקים, א צדיק יסוד עולם, ער האט אוועקגעגעבן יעדע פרוטה פאר צדקה. ער האט זיך אנגעבארגט שווערע געלטער צו קענען טיילן פאר אידן מיט מסירות נפש ממש. ער האט נישט געקוקט וואו דער נצרך באלאנגט. צי ער קומט צום טיש. ער האט געגעבן עפרות תבל פאר עכטע שונאים, פאר מענטשן וועלכע האבן אים בארעדט און באשמוצט. ער האט געלערנט יומם ולילה און געווען פארטאן אין קדושה א גאנץ לעבן - איז היינט דא קרובים וועלכע האט דעם זעלבן משפחה נאמען וואס רופט זיך סאטמאר רבי, און רייסט אויס אלעס וואס ער האט געבויט. אבער ער איז דאך דער מנהיג פון די הייליגע השושלת.
די שאלה מיט וואס?
מיט לוקסוס? מיט א שיינע שטריימעל קרוין און מיט א פריוואטע עראפלאן? מיט פארטיס און הוליען מיט ליצים און קאלירטע לעמפלעך?
דאס איז מיט סאטמאר, די זעלבע איז מיט באבוב, בעלזא, גור, וויזניץ, סאטמאר, סקווירא, סלאנים, פאפא, קלויזנבורג, צאנז, די תולדות'ן און אלע הויפן וועלכע זענען באזעצט מיט פירער וועלכע פארמאגן ריעל עסטעיט און לעבן אין שוואויל טאג, תאוות און לוקסוס און פאררופן זיך אויפן נאמען פון מייסדי החסידות וועלכע זענען געווען קדושים וטהורים מלאכים ושרפים - ווייל זייער לעצטע נאמען איז די זעלבע פון א צדיק יסוד עולם.
זעה נאר, דער הייליגער בעלזער רב איז געווען א קדוש עליון, א מלאך אלקים נורא. אויסגעטאן פון דעם עולם, קומט איינער וואס טראגט דעם זעלבן משפחה נאמען און רייסט אויס אלעס וואס ער האט איינגעפלאנצט.
אמאל האט חסידות געראטעוועט אידישקייט
היינט איז די זעלבע חסידות די גרעסטע צרה פאר אידישקייט!
אמאל האט חסידות מקרב געווען לבם של ישראל לאבינו שבשמים
היינט איז חסידות מרחק לבם של ישראל מאבינו שבשמים.
די פירער פון די גרויסע פירמעס זענען ליידער די ערב רב פון וואס דער הייליגער צאנזער רב רעדט אז זיי זענען די רבנים. די זענען די וועג ווייזער פון תכלית הגשם והתאווה, זיי זענען מקור התאווה וניבל ברשות התורה, זענען ריק מכל זיק יראת שמים ועבדות ה', און לערנען אויס דעם דור וואס מער מקרב צו זיין די בעלי תאווה, מקרב צו זיין לוקסוס, דער עולם הזה איז וואס כאפט די יוגענט, און די פירער פון די גרויסע קאמפאניס שטעלן דאס צו, מיט א איצטלא פון רוחניות צו פארבלענדן די אויגן.
אינאיינעם מיט'ן שיינעם שטריימל קומט מיט די בגדי צבעונין, די קאלירטע זשיפיציעס, מינים ממינים שונים, טייערע געוואנטן ווערן אויסגענייט עס זאל כאפן דאס אויג, מיט די שענסטע גאלדענע פארבן. כ'וויל אפילו נישט רעדן ברמז צי וועלכן צוועק די סחורות ווערן געמאכט, רח"ל די מקור הטומאה אליין.
ווען מ'פרעגט די מנהגיהים פארוואס זיי טוען זיך אן די פענסי קאלירטע בעקישעס, מענה בפיהם, שכך נהגו אבותיו ואבות-אבותיו הקדושים וחלילה לשנות. איי, פארוואס נאר דא מוז אלעס נאכאמאכן. ביי צדקה, ביי אהבת ישראל, ביי אהבת ה' און יראת שמים, התמדה בתורה, דביקות בהשי"ת זעט מען גארנישט ער זאל נאכגיין די דרכים, נאר פארקערט.
די זעלבע איז מיט די ישיבות. יעדע חסידות דארף דאך האבן א ישיבה, א פעקטארי / וואס האדעוועט אויף די צאן קדשים / כדי צו האבן ווער ס'זאל שטיין אויף די הויך שטאקיגע פארענטשעס /כדי די בילדער מאכער זאלן כאפן גוטע בילדער / כדי די צאן קדשים זאלן זעהן אז דער רבי האט א ריזיגע עולם. - גג על גג.  חד גדיא חד גדיא.
די ישיבה פעקטארי פון די חסידות, שטעלט אהער פלייש פאר די קאמפאני, דער פירער פון די קאמפאני, דער גרויסער רבי וואס ער טראגט דעם נאמען ראש ישיבה, כאטש ער קען אליין נישט קיין צורת אות, האט נישט קיין השגה וויאזוי מ'לערנט אפ א שטיקל גמרא ווייל דאס איז בכלל נישט וואס פעלט אויס פאר די ישיבה פעקטארי. אלעס איז דאך נאר פאר די פלייש געשעפט, וואס דארף דעליווערן דעם פראדוקט אויף די פארענטשעס. איי זיי קומען ארויס ליידיגער ווי זיי גייען אריין, דאס איז אבער נישט קיין פראבלעם.
קומען עטליכע אויבער-חכמים פון די פארטיי און שיקן אוועק די קינדער אין ישיבות ליטאים, ווי מ'לערנט אויפן ליטווישן שטייגער אין די פרעמד. וואס טוען די פעקטארי ישיבות, מ'אסורט שנעל יענע ישיבות אז זייערע השקפות זענען פרעמד און קענען רח"ל אויס'שמדן די בחורים, און ממילא איז פארבאטן אהינצושיקן די בחורים.
נאכדעם דינגט מען אין די אייגענע ישיבה אזעלכע מגי"ש וועלכע קענען אויך געבן א ליטווישן שיעור, צופרידן צו שטעלן די אויבער-חכמים עלטערן.
איי דער מייסד הישיבה איז דאך געווען זייער שארף קעגן דעם ליטווישן דרך הלימוד. ניין. ס'איז נישט קיין פראבלעם. ווייל מ'טאר נישט פארגעסן פונעם ציהל. מ'דארף דא האבן א גרויסע פעקטארי פאר פארענטשעס כדי ס'זאל זיין שיין פאר די בילדער וואס קאסט דאך אזויפיל געלט.


דאס איז א דור פון עיקבתא דמשיחא חוצפא יסגי. די נבלים ברשות התורה וועלן זיי גרויס, די מגושמים וועלן מכלומרשט פירן כלל ישראל.
דער אמת איז אז זיי פירן נישט כלל ישראל. זיי פארפירן. ואסתירא בלגינא קיש קיש קריא.
אז מ'וויל זיך איבערצייגן ווי געפאלן די חסידות איז אין די אויגן פון די מכלומרשטע חסידים.
·         געטס נאר א קוק, יעדעס פארן טויזעטער חסידישע בחורים לערנען אין ליטווישע ישיבות אין ארץ ישראל און לעיקוואוד.
·         יעצט געטס א קוקט, צי איז פאראן אפילו איין ליטווישע בחור וואס קומט לערנען אין א חסידישע ישיבה?
·         אפילו איין בחור פון צען טויזענט ליטאים וועט נישט איינפאלן צו גיין אין א חסידישע ישיבה. קיינמאל נישט.
·         אבער טויזענטער חסידישע בחורים קומען יא אן בדרך לא דרך אין ליטווישע ישיבות יעדעס יאר.
 
דער עיקר איז מ'זאל נישט פארלוירן ווערן פון פארבלענדעניש וואס מאכט נעבעך אזא ערבוב רע בטוב. די קאמערשל חסידות איז א פאבריק אפצורייסן כלל ישראל מאביהן שבשמים, און מ'דארף זיך שווער קלאמערן אין די ספרי קודש פון די אמאליגע צדיקי אמת אז מ'זאל נישט פארלוירן ווערן אינעם שוואם פון מים הזידונים, מ'זאל קענען זעהן דעם אמת און זיין דבוק צו אמת'ע ערליכע אידן.
יעצט ווען ס'איז נכנס יין, מ'איז א נכנס במחיצתו של הקב"ה, איז יצא, ומרדכי יצא, מרדכי איז ארויס בשער בת רבים און אויסגערופן דעם ווייגעשריי. ערשט נאכדעם וואס איז נכנס הייבט זיך אן יצא.
עס איז קלאר אז ווען משיח צדקינו וועט קומען וועט נישט בלייבן קיין שריד ופליט פון די מרשיעי ברית וועלכע מאכן א פירוד בין ישראל לאביהן שבשמים, ווער ווייסט וואס וועט זיין מיט די אומשולדיגע מענטשן וועלכע ווערן נעבעך פארלוירן, דער בוכ"ע זאל זיך מרחם זיין אויף די צאן נדחים, און אריינשיינען אן אור ישר בעיני ישראל, מיר זאלן אלע זעהן דעם אמת בהתרוממות קרן התורה בביאת משיח צדקינו בב"א אמן.

די פירער מוזן דאך פארן ווי פריצים אויף וואקאציע, ווייל זיי זענען דאך זייער אפגעמוטשעט פון זייער שוואויל טאג פליעהט מען מיט פריוואטע עראפלאנען ווי פרעזידענטן, מיט קארוואנען מלפניהם ומאחריהם בקול רעש גדול אדיר וחזק, מיט לעקטערלעך און בליצערס ווי עס פאסט פאר אמתע פריצים און פויבסטן. און אויף דעם קוקן ארויף די געטרייע חסידים וועלכע ווילן נאכאמאכן וואס דער פירער טוט - מה-דאך דער רבי פארט מיט א פריוואטן פליגער ווייל ער וויל דאך חלילה נישט נכשל ווערן אין ראיות אסורות, דארף דער חסיד האבן סאך מער זהירות און די יוגענט קוקט ווי אלע שוואוילטאגן, פון פארטיס און לוסט-רייזעס, טייערסטע אויטאס, שענסטע פאלאצן, שענסטע מעבל, לוקסוריעזע וואקאציע הייזער אין אלע עקן, און אלעס מיינט בלויז כבוד שמים. דער עולם הזה גלאנצט, די לוקסוס שיינט  והתורה מונחת בקרן זויות.
ווען מ'קוקט אן די תו…

דער הייליגער סאטמאר רב איז געווען א קדוש עליון, א מלאך אלקים, א צדיק יסוד עולם, ער האט אוועקגעגעבן יעדע פרוטה פאר צדקה. ער האט זיך אנגעבארגט שווערע געלטער צו קענען טיילן פאר אידן מיט מסירות נפש ממש. ער האט נישט געקוקט וואו דער נצרך באלאנגט. צי ער קומט צום טיש. ער האט געגעבן עפרות תבל פאר עכטע שונאים, פאר מענטשן וועלכע האבן אים בארעדט און באשמוצט. ער האט געלערנט יומם ולילה און געווען פארטאן אין קדושה א גאנץ לעבן - איז היינט דא קרובים וועלכע האט דעם זעלבן משפחה נאמען וואס רופט זיך סאטמאר רבי, און רייסט אויס אלעס וואס ער האט געבויט. אבער ער איז דאך דער מנהיג פון די הייליגע השושלת.
די שאלה מיט וואס?
מיט לוקסוס? מיט א שיינע שטריימעל קרוין און מיט א פריוואטע עראפלאן? מיט פארטיס און הוליען מיט ליצים און קאלירטע לעמפלעך?
דאס איז מיט סאטמאר, די זעלבע איז מיט באבוב, ב…

דאס איז א דור פון עיקבתא דמשיחא חוצפא יסגי. די נבלים ברשות התורה וועלן זיי גרויס, די מגושמים וועלן מכלומרשט פירן כלל ישראל.
דער אמת איז אז זיי פירן נישט כלל ישראל. זיי פארפירן. ואסתירא בלגינא קיש קיש קריא.
אז מ'וויל זיך איבערצייגן ווי געפאלן די חסידות איז אין די אויגן פון די מכלומרשטע חסידים.
·         געטס נאר א קוק, יעדעס פארן טויזעטער חסידישע בחורים לערנען אין ליטווישע ישיבות אין ארץ ישראל און לעיקוואוד.
·         יעצט געטס א קוקט, צי איז פאראן אפילו איין ליטווישע בחור וואס קומט לערנען אין א חסידישע ישיבה?
·         אפילו איין בחור פון צען טויזענט ליטאים וועט נישט איינפאלן צו גיין אין א חסידישע ישיבה. קיינמאל נישט.
·         אבער טויזענטער חסידישע בחורים קומען יא אן בדרך לא דרך אין ליטווישע ישיבות יעדעס יאר.

דער עיקר איז מ'זאל נישט פארלוירן ווערן פון פארבלענדעניש וואס מאכט נעבעך אזא ערבוב רע בטוב. די קאמערשל חסידות איז א פאבריק אפצורייסן כלל ישראל מאביהן שבשמים, און מ'דארף זיך שווער קלאמערן אין די ספרי קודש פון די אמאליגע צדיקי אמת אז מ'זאל נישט פארלוירן ווערן אינעם שוואם פון מים הזידונים, מ'זאל קענען זעהן דעם אמת און זיין דבוק צו אמת'ע ערליכע אידן.
יעצט ווען ס'איז נכנס יין, מ'איז א נכנס במחיצתו של הקב"ה, איז יצא, ומרדכי יצא, מרדכי איז ארויס בשער בת רבים און אויסגערופן דעם ווייגעשריי. ערשט נאכדעם וואס איז נכנס הייבט זיך אן יצא.
עס איז קלאר אז ווען משיח צדקינו וועט קומען וועט נישט בלייבן קיין שריד ופליט פון די מרשיעי ברית וועלכע מאכן א פירוד בין ישראל לאביהן שבשמים, ווער ווייסט וואס וועט זיין מיט די אומשולדיגע מענטשן וועלכע ווערן נעבעך פארלוירן, דער בוכ"ע זאל זיך מרחם זיין אויף די צאן נדחים, און אריינשיינען אן אור ישר בעיני ישראל, מיר זאלן אלע זעהן דעם אמת בהתרוממות קרן התורה בביאת משיח צדקינו בב"א אמן.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.