דפים

יום רביעי, 26 במרץ 2025

הרה”ג החסיד רבי אברהם יצחק ראזנפעלד ז”ל רב בית הכנסת חב"ד בבורו פארק בן 96

 

הרה”ג רבי אברהם יצחק ראזנפעלד ז”ל, לאנגיעריגער רב פון ביהמ"ד צמח צדק ליובאוויטש אין בארא פארק נפטר געווארן בשיבה טובה

בארא פארק - אין בארא פארק איז היינט נפטר געווארן הרה"ג ר׳ אברהם יצחק ראזענפעלד ז"ל וואס האט געדינט אלס דער רב פון די ביהמ"ד אהבת אחים - צמח צדק שוהל אויף די 46׳טע סטריט פאר כמעט פופציג יאר, אין טיפן עלטער פון 95 יאר.

רבי אברהם יצחק איז געבוירן געווארן אין אמעריקע אין יאר תרפ"ט צו זיין פאטער ר' חנוך העניך, ער איז געווען פון די ערשטע תלמידים פון ישיבת תומכים תמימים נאכן אנקום פון דער ליובאוויטשער רבי דער ריי"צ זצ"ל קיין אמעריקע אין יאר ת"ש, בהגיע לפרקו איז ער  געווארן אן איידעם ביים באקאנטע חוזר פון דער רש"ב און גבאי פון דער ריי"צ הרב אליהו ייאכיל סימפסאן ז"ל וואס איז געווען פון די גרינדער און רב פון די דאזיגע ליובאוויטשער ביהמ"ד אין בארא פארק וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר תרפ"ט.

ווען זיין שווער הרב סימפסאן ז"ל איז נפטר געווארן אין יאר תשל"ז איז ער אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום צו זיין דער רב פון די ביהמ"ד וואו ער האט געדינט ברבנות פאר כמעט א יובל יארן, ער לאזט איבער א פון דור אכט קינדער צווישן זיי עטליכע וואס זענען שלוחים איבער די וועלט, ווי ארץ ישראל, קאלאמביע, פענסילוועניע און שווייץ.

נפטר בגיל 96 נולד בז' אב

יהא זכרו ברוך.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.