דפים

יום שישי, 31 במאי 2024

טרגדיה קשה בלייקוואוד - הילד שמואל ב"ר אברהם ברוג ע"ה נהרג


 טראגעדיע אין לעיקוואוד - מיט צער און ווייטאג מעלדן מיר די פטירה פון הילד שמואל ב"ר אברהם ברוג ע"ה וואס איז  ל”ע אומגעקומען אין א טראגישע קאר עקסידענט אויף איסט וועטעראנס אין דזשעקסאן, די קאר אין וואס דער 5 יעריגער שמואל ע"ה איז געפארן איז געווען פארמישט אין א שווערע עקסידענט פון וואס דער קינד איז ליידער נפטר געווארן. 

די דרייווער פון די צווייטע קאר, א נישט אידישע פרוי, איז אויך אומגעקומען. 

שמואל ע"ה איז געווען א זוהן פון ר׳ אברהם ברוג הי”ו וואס פירט יערליך אן די זומער קעמפ פון די ’עורה’ ארגאניזאציע און אן אייניקל פון הגאון רבי ישראל ברוג שליט"א ראש ישיבת תפארת אביגדור אין וויקליף, אהייא, 

ער איז קריטיש פארוואונדעט געווארן ביים עקסידענט און הצלה וואלונטירן האהן באוויזן צוריקצוברענגען די פולס און אים אין איילעניש אפגעפירט צו די דזשערסי שאור שפיטאל ווי ער האט א קורצע צייט שפעטער ליידער אויסגעהויכט זיין לויטערע נשמה. 

יה”ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.