דפים

יום ראשון, 30 במאי 2021

האהרונים בבני ברק לועגים לשבת אויפרוף שעשו המייזלישים

ראו מה בין בני לבן אחותי #2


עס איז אריבער שבת אין בני ברק, מ'האט אנגעהאנגען לאלעכער און לעמפלעך עס זאל לייכטען און שיינען ביז קרית יואל, מ'האט אנגעקלעבט די שיכון מיט פלאקאטן כנוסח מלכות מישקאלץ, מ'האט ערב שבת ארויפגעלייגט מייק"ס עס זאל זינגען און קלינגען ביז פדן ארם.

אבער ס'איז נישט גענוג, מ'שטייט און מ'ווארט בכליון עינים זאל זיך שוין איינער מרחם זיין און אראפרייסן עפעס א פלאקאט, אדער איינער זאל זיך כאטש צעוויינען נעבן די לעמפלעך, אבער ליידער די ארונים די רשעים האלטן נישט ביים פארגינען פאר די חיות טורפות די הנאה, אזא הוילע רשעות!.

עס דערמאנט דאס וואס א ירושלימ'ער איד האט זיך אנגערופן ביי א הפגנה, גיב א קוק די פאליציי קומט און שלאגן די אידן, זיי זענען אזוינע רשעים, אבער אויב די פאליציי קומט נישט זענען זיי רשעים ארורים!.

מילא דאס אז בתוככי הקריה הנאמנה איז דא א ביהמ"ד איבערגעפילט מסלתה ומשמנה פון די חסידים נאמנים פון רבינו שליט"א, חשוב'ע רבנים און חשוב'ע בעלי בתים און געהויבענע זיידענע יונגעלייט, וואס קיינער דרייט זיך ניטאמאל אויס צו די כת המורדים, יעדער איינער קען זיי פון די נאנט, יעדער קען זייער ריזיגע טיפ-קעפיגע מהלכים, יעדער ווייסט וואס זיי וועלן אלס טוהן צו דערפרייען דעם ראש המורדים מיט זיין הייליגע רעבעצין [וואס האט ארומשפאצירט אויפן גאס צווישן די מענער ביים באגלייטן דעם חתן און זיך געדרייט מיט שמעון שווארץ און איבערגעציילט וויפיל פלאקאטן ס'איז דא], אבער עס גייט קיינעם נישט אן כמלוא נימא, יעדער קומט אין ביהמ"ד פרייליך און געמיטלעך, מ'דאוונט מ'פאברענגט, אזא רשעות לשמה שלא היתה מאז היתה ישראל לגוי.   

אויוויי, וואס טוהט מען, ס'קומט דאך אויס לכאורה אז מ'האט גארנישט אויפגעטוהן, ווייל זיי פלאטצן נאכנישט.

אה, עס איז איינגעפאלן א גאונ'ישע געדאנק, ממש ביים שקיע נאכ'ן זמן פון ערב שבת איז געקומען דער נגיד און מוצלח יואלי מאשקאוויטש דער ראה"ק פון זוטשקא-אמסנא אינגאצן צוקאכט צום שטוב פון מאיר הערש שווארץ [יא יא, א איד וואס מאכט שוין חתונה קינדער] וואס וואוינט קעגן איבער די ביהמ"ד פון קהל יטב לב אין בנין הת"ת, און געברענגט א טייערע ספציעלע סקרין וואס שיינט ארויס ביז אנטקעגן איבער, און מ'האט פראבירט ארויפצושיינען די סימבאל פון די חתונה אויפן בילדינג, אה, דאס איז גוט, די גאנצע עולם פון וואלדמאן-שול דרייט זיך פרייליך, אה יעצט איז די גסיסה, יעצט גייען זיי אלע אונטער גיין.

כ'רעדט שוין נישט פון דעם אז ס'איז נעבעך אינגאנצן נישט געלונגען, ווייל די בילדינג איז אנגעפילט מיט פענסטער'ס, אבער די ליצנות איז געווען מרקיע שחקים, די גאנצע גאס אנשים נשים וטף גייט אריבער און זעהט ווי עס שיינט א סקרין, און יעדער פרעגט וואס גייט דא פאר?, און מ'איז מסביר אז חיימ-הערש האט געבעטן אז מ'זאל אויך ארויפשיינען אויף די בילדינג, ווייל אזוי הייסט דאס אז ער האט אויך געגנב'עט די בילדינג.

אויסערדעם, האט חיימ-הערש א שטארקע ענין אז עס זאל איהם אויך אנטקעגן קומען די געוואלדיגע זכותים פון יעדן מוצאי שבת, ווען ער שיקט זיינע בחורים און בריונים זאלן ברעכן די שלעסער און טירן אין ביהמ"ד עטרת זקנים, ער זאל קומען פארלערנען א שיעור אויף צוואנציג מינוט פאר ניטאמאל צוואנציג יונגעלייט, אפילו ער האט א גאנצע ביהמ"ד וואלדמאן מיט שטיבלעך, אבער ער ווערט נישט זאט, און ער האלט אן די מנהג קדוש אפילו מוצ"ש פר' אמור ווען יעדער איז געלאפן צו די לוויות פון די הרוגי מירון רח"ל, אבער ער האט נאך אריינגעכאפט פארדעם צו ברעכן די טירן און קומען מיט זיבן יונגעלייט זאגן א שיעור, אשר על כן כדי צודערמאנען און מעורר זיין די זכות הגדול ביי די אבות הקדושים האט ער געהיייסן מ'זאל שיינען אויף די בילדינג אויך.    

דאס האט געברענגט א שמייכעל און צופרידנהייט פאר אלע חסידים נאמנים, גיב א קוק מיט וועם מ'האט צוטוהן, זיי ווערן נעבעך נישט זאט, ווייל דו פלאצט נאכנישט, מ'האט אויסגעגעבן אפאר טויזנט שקלים צו ברענגען א סקרין [מסתמא וועט יעצט זוטשקא-אמסנא ארויפקומען אויף די תימה גדולה ווי עס איז נעלם געווארן די געלט פון די מעטשינג וואס זיי האבן געמאכט, און עס איז נישט געבליבן קיין איין שקל פאר די ארימע נשמות], מיט אזעלעכע קטני הדעת צרי המוחין האבן מיר א עסק. 

לאמיר נאכאמאל זינגען "אשרינו מה טוב חלקינו, שהבדילנו מן התועים"!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.