דפים

יום שישי, 30 באוקטובר 2020

דברות קודש מאת ליפא שטויבער אודות בני יואל


דראמיטשע אנטוויקלונגען שפילט זיך אפ די לעצטערע תקופה אין קהילת 'בני יואל' אין קרית יואל, ווען געוויסע וואס יחידים וואס ווילן משתלט זיין על הציבור, נוצן אויס יעדע מצב אין כלל ישראל פאר זייערע נידריגע אגאנדעס רח"ל, און בו בזמן זענען זיי גרייט חרוב צולייגן די חינוך פון תשב"ר היל"ת, און זייער נידריגע מטרות טוט מקדש זיין אלע אמצעיים, בריש גלי כשהן יורדין יורדין עד לעפר!

יהדות נוא יארק וואנדערעט זיך וואס האט פאסיריט אין קרית יואל אז די איינציגסטע מוסדות וואס האבן א געריכט אורטייל צו פארמאכן די מוסד און דארפן צאלן גרויסע געלטער פאר לאיער'ס און מיט אלע מיטלען פרוביריט מען און מ'ווייסט נישט מה יולד יום, קרית יואל האט דאך עטליכע גרויסע מוסדות, הלוא דבר וואס האט עפעס באטראפען דארט?

ולא די בזה האט דאך מוסדות 'בני יואל' א הייליגע חדר אין שטאט, נו פארוואס האט מען זיך אנגעטשעפעט פונקט אויף די בנות ישראל?.  הלוא דבר הוא!   און נאך עטליכע הערות וואס באדערט יעדע רעכטדענקיגע מענטש וואס שפילט זיך אפ אינטער די קוליסין

מ'האט שוין אסאך ארום גערעדט ביי אונז אין בני יואל פון די תורה חדשה וואס איז אויפגעשטאנען מיט איין ציל אויסצורייסן די מסורה פון אלע יאר'ן ארון ספעציעל די דרכי המלחמה והמסורה פון אבינו רועינו די הייליגע רבי זי"ע, און ס'איז אויפגעשטאנען עטליכע פראקציעס, אזעלכע וואס האבן א שנאה כבושה צום רבי'ן זי"ע און אויכט אזעלכע וואס האבן פרייוואטע אינטערסען און זוכן שוין לאנג וואס זיי קענען אינטערייסן כל הקודש לנו, און מיט פארשידענע מיטלען גיין זיי אן די לעצטערע תקופה, יעדע שטיק צייט מיט נייע ערפונדענע מצוות, און מ'באקרוינט אויף דעם ארויף לפי המקום והזמן נייע מנהיגי ישראל ממרחקים, וברצונו מרחיק ומקרב, כחומר ביד היוצר.

און זיי האבן אויפגעשטעלט אויף דעם ארויף א גאנצע באזע, א אפיס אין מאנסי, אין קרית יואל אאוו. און בראש שטייט די שמוציגע האט ליין וואס פרעדיגט די אלע דתות כסדר, וואס רופט זיך 'חומת הדת' וואס א שמוציגע אינגערמאן מיט א קליקע נידריגע משחיתים, וואס גיין מיט א פרומע לבוש מיט לאנגע פיאות כאילו מ'רעדט דא פון וואס זוכן פרומקייט און דאווענען פשוט נאך חצות לצורך הכלל, און עפענען נישט קיין אידיש ספר ווייל זיי זענען זייער 'פארנומען' מיט צרכי כלל ישראל, און די וואס קענען די זאך פונדערנאנאט ווייסט פון וואספארא פארשוינען מ'רעדט דא ליידער וואס די תמימות'דיגע כולל אינגעלייט זענען ביז לעצטענס נישט געווען בייהאווענעט און געמיינט אז זיי מיינען אידישקייט פשוט, און די לעצטערע תקופה האבן זיי שוין צוגערינד געלייגט 'צענדליגע' היימישע שטובער וועגן זייערע מערכות, עטליכע האבן זיך פשוט צוטיילט בין איש לאשתו, צענדליגע פרומע אינגעלייט האבן א שטיק צייט זיך געדרייעט אויף די אינטערנעט ווייל 'ער' האט געהייסן, צענדליגע אינגעלייט האבן פשוט גערופן טעראזירין גדולי התורה טעגליך ווייל 'ער' האט געהייסן, די ראשי הכוללים האבן געוויינט אז אינגעלייט וואס פלעגן לערנען זיצן אין ביה"כ מיט א טעלפון און קומען ארויס גערעגט אויף די גאנצע וועלט, זיי מורמעלען זיך אינטער פוי פוי, און פשוט צוגעמאכט די שולחן ערוך, און פון זייער טאש שטעקט זיך ארויס בילדער פון די גאווענער פון פלארידע מיט וואס ער זאגט, און מיט אלע געזעצען וואס גרעניצט זיך פון תועבה אויף ענגליש, אידיש, לשון הקודש, אינגעלייט זענען קאלט געווארן צו העלפען מוסדות אין ארץ ישראל ווייל 'ער' האט געזאגט אז דאס איז נישט קיין מצוות התלויית בארץ, אינגעלייט האבן אויפגעהערט צו פרעגן שאלות פון רבנים יושבים על מדין, ווייל 'ער' זאגט דיך אז א יעדער האט א נגיעה, און ס'איז פסול, צענדליגע זענען געהארגעט געווארן ווייל 'ער' האט געהייסן זיין קנאבעל און צוויבל היילט אלע מחלות, און שפיטאל נישט אריינטרעטען, יכלה הזמן והם לא יוכלו אויסצורעכענען אויפן שפיץ גאפל די חרבנות ברוחניות ובגשמיות וואס דער ווילדער אינגעלע האט אנגעמאכט מיט זיינע קליקע אראבער'ס וואז זיצן במבואות המטינופת און שלעפען אריין די אינגעווארט רח"ל,

און איינע פון די לעצטערע מגיפות פון די נידריגע מחריבים וואס שטעלען זיך נישט אפ פאר גארנישט, האט ער און די לעצטערע טעג באקרוינעט די בעל תשובה (בעל עבירה איז ער זיכער געווען) די ליבאוויטש משחיסט הרב סמיט פון נוא זשערסי וואס האט זיך געלערענט צו זיין א רב אין לויפן פאר קאנגערס און זיין א לאיער אין די קאליזש'ס, און אים האט חומת הדת באקרוינט פאר ממלא מקום פון רביה'ק זי"ע און נישט מער און נישט ווייניגער די הייליגע מינוט'ן פון 'הושענא רבא' האט מען אויף די אזויגערופענע הייליגע טעלפון ליין חומת הדת געהערט 'לצורך השעה' אויף די ענגלישע שפראך א גאנצע שיעור אז די קארנא איז א ארבעט פון די לעצטערע 50 יאר, וואס אלע לענדער זוכן אפצושפארען אלעס, און מען טאר זיך נישט לאזן, און מען טאר נישט גיין מיט קיין מאסקעס און מ'טאר זיך נישט טעסטען ווייל רחמנא ליצלין זיינע קאנספיראציע'ס זאגט אז.......

און כמובן די קעלבלעך קויפן זיינע הייסע לאקשען כמים קרים על נפש עייפה, ווייל ווער ס'רעדט נאר אויף חומת הדת ווערט אטאמאטיש א הייליגע אפגעהיטענע איד מבואו ועד צאתו נישט קיין חילוק פון וועלכע קרייז, און אויף וויפל פון די 'על חטא' מ'האט שוין אנגעשמיריט וד"ל, און דער ברייט באקאנטע משתלט על הציבור דער גיפטיגע שרייבער 'יואל לויפער' ביי אונז אין בני יואל האט כמובן הושענא רבא נאכמיטאג זיך צוגעהערט צו די פייערדיגע דברות קודש פון הרב סמיט פון ליבאוויטש, און גלייך האט ער מקבל געווען אז מ'גייט אנהייבען א מערכה מיט ווער ס'טראכט אנדרעש פון צוגיין מיט א מאסק און ווער ס'וויל זיך טעסטען אראפצוברענגען די נומבערס כדי צו האלטען אפען אלע מוסדות התורה און בתי מדרשים, גלייך האט יואל לויפער איינגעארדערט בעריש שטויבער מיט הערשל קלאר זאלן אנהויבן ארומצוגיין מיט א קול קורא אז מ'טאר נישט גיין מיט א מאסק רח"ל ביהרוג ואל יעבור, ערקסא דמסאני, אזוי מ'האט זיך און אלע דורות געלאזט הארגענען במסירות נפש ממש, וכמובן האט בעריש ארויפגעלייגט זיין טאטע ר' ישעי יעקב שטויבער שליט"א, און אנגעהויבן ארום צוגיין אין אלע שטעט מיט די קול קורא, צום באדויערן האבן אלע אונזערע 'בני יואל' רבנים נישט געוואלט חתמענען, נישט ר' שמעון משה וואלדמאן און נישט ר' משה בער קויפמאן על אף די גרויס דרוק וואס זיי האבן געלייגט אויף די רבנים וכדי בזיון וקצף.

נאכ'ן אנהויבן צו גיין אין וומס"ב, מאנסי, לעיקווארד, האבן זיי געטוישט די נוסח און אויסגעמעקעט די נוסח פון די מאסק'ס (וועט נתפרסם ווערן די אלטע נוסח און די נייע) און געמאכט א נוסח בלויז צו האלטן אפען די בתי מדרשים, און די מוסדות, וואס זיי ווארטן אז ס'זאל זיך צוגעמאכט און מ'זאל קענען ארויסגעבן די קול קורא, זענען מתפלל יעדען טאג ביים ציון פון רביה"ק אז מ'זאל פארמאכן אלעס רח"ל.

ביני לביני האט זיך אפגעשפילט א שרעקליכע האראויפשטעלנדע געשיכטע ביי אונז אין די מוסדות וואס מיר קענען נאר שרייבן די טריקענע פאקט, אן די הרגשים וואו אזוי מ'באטראכט די דערקיילנוג פון די נידריגע קליקע וואס ווילן אלעס אויסרייסן ליידער.

ומעשה שהי' כך הי': די אינספאקטערס זענען ארום געגאנגען און אלע מוסדות און אלע גרעסערע שולן, און איבעראל האט מען געוויזן די מינדערסטע נארמאלקייט, און זיך גערעכענט מיט זייערע פארשריפיטן, און כמובן אנגעטוהן די מאסקעס און נישט זיך אקעגן געשטעלט אויף די געזעצען וואס איז נישט נגד התורה, אבער און איין איינציגע פלאץ וואו זיי זענען אנגעקומען, נישט נאר וואס מ'האט נישט אפגעטוהן די מאסקעס, נאר ס'איז געווען א מערכה  כבידה פשוט אנצוהאלטען די אידישקייט איז ווען די אניספאקטארען זענען אנגעקומען צו די מיידל שולע אין מוסדות בני יואל, האט מען עפ"י הוראות פון די יואל לויפער וואס ידיו דמים מלאו, נישט אנגעטוהן קיין מאסקעס אויסצושרייען די פראטעסט כשיטת טישלער וכו', וכמובן אז די אינספאקטארען האבן זיך זייער אויפגערעגט, ולא די בזה האט מען נישט געוואלט רעדן מיט זיי און איבערנעמען צעטליך פשוט אלץ די שיטה פון 'לא להתייצב כלל', און אז מ'איז נישט משתף פעולה מיט קיין גאווענער, און די איבריגע דארף מען נישט זאגן פארוואס דאס האט געברענגט צו די קארוט און צו די געלטער פאר די לאיער'ס וד"ל

איז אין חדר האט מען שוין נישט צוגעלאזט די עטליכע משתלטים על הציבור זאלן מאכן זייערע פאון כהוראות חומת הדת, נאר מ'האט געזאגט ווער ס'טוט זיך נישט אן ווארפט מען ארויס וד"ל, וכמובן האט אויף די חדר נישט געווען קיין ארדער והכול על מקומו יבוא בשלום.

יואל לויפער האט אנגעהויבן צו באקומען שלשול אז די זאך גייט נתפרסם ווערן וואו ביליג און נידריג זיי זענען, האט ער אפגערעדט מיט יענקעלע זאל אלאמירין מיט אפיעל אויף חומת הדת אז ווער ס'האט פשוט א 'עצה' וואס מ'קען טוהן צועפענען די מוסדות בני יואל זאל זיך מעלדען.... און אויכט האט ער שנעל געמאכט עטליכע קאלירופל צעטליך אז מ'גייט מתפלל זיין ביים ציון פון קוה"ק מרן רביה"ק זי"ע אז מ'זאל צורייסען די 'ביטערע' גזירה פון צומאכן די מוסדות, ווען דאס דערמאנט פון די באקאנטע משל מיט די צינדערס, און אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל, און זיי זענען געזיצן און אפיס פון די מוסדות און פרוביריט אויסצוארבעטן תורות כאילו אז דאס וואס מ'איז געקומען צו די מיידעל שולע האבן גאר די ארונים אינטערגעשטעלט וכו' אבער צום גרויס באדויערן זענען אלע תירוצים צובלאזען געווארן ווען אויף די שטאט'ישע פאפירין איז קלארגעשטאנען אז מ'האט נישט געוואלט דארט אנטוהן און נישט וואו אין אלע אנדערע פלעציער און מ'האט נישט איבערגענומען די צענטליך, ומפיהם ומפי כתבם האט מען שוין נישט געקענט לייקענען.

תלמידי וחסידי רבינו הקדוש והטהור זי"ע זענען אויפגעשוידערט געווארן פון אזא ווייטע דעקייקלונג און דאס דערמאנט אונז די ווערטער וואס הגאון הצדיק די טשאטה רב שליט"א האט געשריגן אז זיי גיין אנקומען זייער זייער נידריג, און וואו ער האט נאכגעברענגעט פון די היילךיגע ברוך טעם, ודבר אחד מדבריו לא נפל ארצה, קושטא קאי שיקרא לא קאי, ומכאן הקריאה יוצאת צו יעדעם וואס כבוד רביה"ק יקר בעיניו, ''סורו נא מעל אהלי אנשים הרשעים אלה'', די מעסטעל איז שוין איבערגעפיל צוצוזעהן מיט וועם מ'האנדעל דא!!  חוסו נא על נפשותיכם פן תגעו בכל חטאתם!!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.