דפים

יום שני, 31 באוגוסט 2020

בסאטמאר מכתירים את הרב מייזליש בתואר של האדמו"ר מ'אוהעל-סאטמאר'

מאת סאטמארי

רבותי ראטעוועט*
אונז זעמער געטרייע חסידים פון אונזער מנהיג רשכבה"ג מרן ראש ישיבתינו שליט"א
אין אונז זעמער אויך מורדים,
 פון רבינו שליט"א
און פון די *שטוב מענטשן*
וואס זענען גרייט צו נעמען אונזער מנהיג פאר זייער אייגענע כבוד אין נארישע אינטרעסען אין זענען גרייט צו לייגען גאנץ אוהעל סאטמאר, נישט נאר פון בני ברק נאר פון די גאנצע וועלט, אין דער ערד אריין, דער חינוך, דער הנהגה, ובתוכם דער מנהיג העדה מרן ראש ישיבתינו שליט''א וואס איז עוסק טאג און נאכט אין לימוד התורה, מיט הייבן די קהילה, און איז א מיצר ודואג אויף עדת צאן מרעיתו, הערט אויס צרות ישראל און טראגט עס על לוח ליבו וכ''ו ,

טייערע ברידער אחים לדעה!
עס דארף ווערן אויסגעשריגען אין די גאנצע וועלט, אז אונז זענען נישט מסכים פאר קיין שום זאך אויפן וועלט, אז דער ראש ישיבה זאל זיין געזינט, זאל זיין ארומגענימען מיט אזעלכע פארשוינען וואס האבן אייגענע אינטערעסן, אין מיט דעם פארשוועכן זיי דעם כבוד פונעם ראש ישיבה, דער כבוד פון מלכות בית אוהעל סאטמאר, אין דער כבוד פון יעדער איינציגער סאטמאר'ער איד,
עס איז שוין געקומען דער צייט מען זאל אויסלייזן דעם ראש ישיבה פון די וואס זענען גרייט אלעס אינטערצוברענגן נאר פאר זייער תאוות השררה ותאוות השלטון, עס איז זיכער אז עס טוט יעדער אוהעל סאטמאר'ער חסיד וויי, דאס וואס גייט דא פאר, אין אונז זענען מתפלל פארן בורא כל עולמים אז זיי, די שטוב מענטשן, מיט אלע ארומיגע, זאלן שוין נישט קענען שולט זיין על הציבור, ועל בית כ''ק ראש ישיבתינו, אין אויפהערן מאכן בושות פאר גאנץ אוהעל סאטמאר.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.