דפים

יום שני, 30 בדצמבר 2019

הרב מייזליש מוחה נגד זה שהבחורים הרימו ידיים והכו בסאטמאר

מורינו הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א האט שארף אראפ געריסן די נעכטיגע שלעגערייען אין בית מדרש אין היכל הישיבה ביי א לחיים נאכן דאווענען

״אונז זיצן מיר דא די בחורים וועלן מיר אויסנוצן די געלעגנהייט. יעדער ווייסט וואס האט נעכטן פאסירט אין בית מדרש, מ'ווייסט נעכטן האט פאסירט מ'האט זיך צוזאמגענומען אידן זאת חנוכה, און ליידער האט זיך געענדיגט מיט.. מ'האט געהויבן הענט מ'האט געשלאגן, כ'האב שוין אסאך מאל געזאגט, אסאך מאל אויסגעקומען שוין משך פון די צייט צו רעדן אז מ'דארף וויסן, מען טאר נישט הייבן קיין הענט, א איד טאר נישט הייבן א האנט ס'זאל זיין וואס ס'זאל זיין א איד טאר נישט הייבן א האנט אויף א צווייטן איד, כ'האב שוין געבעטן מ'מיינט מען טוט מיר א טובה, מ'טוט מיר נישט קיין טובה קיינער טוט מיר נישט קיין טובה אז מען הייבט א  האנט, ס'קען פון דעם קיין גוט'ס נישט ארויסקומען, על פי תורה טאר מען נישט הייבן קיין האנט. און אוודאי פארן פעטער דער רבי זאל זיין געזונט האט מורא'דיג צער פון דעם מ'זאל זיך אריינעמען אין קאפ ס'זאל זיין וואס ס'זאל זיין .. הלוואי ווען מען דארף ווען נישט רעדן פון דעם אבער אז ס'האט פאסירט דארף מען רעדן, עטץ זענען יונגע בחורים מיטן אייבערשט'נס הילף עטץ האט'ס נאך יעדער איינער א לאנג געזונט לעבן פאר זיך אבער ס'איז נישטא א זאך ביי אידישע קינדער א איד טאר נישט הייבן א האנט קיינמאל נישט, און א חילול בית מדרש אין מ'זיצט אין א בית מדרש אין בית מדרש איז דא הלכות ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן אין א בית מדרש.
זאל דער אייבישטער העלפן ס'איז זאת חנוכה ס'זאל זיין עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו.. דער אייבישטער זאל העלפן זאת חנוכה איז דאך א הכנה אויף דער גאולה וערכתי נר למשיחי מ'זאל מיר שוין זוכה אלע צוזאמען ומלכינו בראשינו זוכה זיין קעגן גיין דעם גואל צדק במ
הרה בימינו אמן״.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.