דפים

יום חמישי, 10 באוקטובר 2019

כת מבזי רבינו בראשות יחזקאל ראטטער זענען ממשיך מיט די חורבנות אין בני ברק

*יחזקאל ראטטער וכת דיליה זוכן יעדן וועג וויאזוי אונטער צוצונדן דעם פייער אן זיך רעכענען מיט ראש השנה, יום הקדוש אדער מוצאי יום הקדוש*

------
*די הויפט רשעות איז פארגעקומען מוצאי יום הקדוש טראץ דעם וואס איז אריבער א רואיגע ראש השנה און יום הקדוש ביי אנ"ש*

------

קורצע טרוקענע פאקטן אנגעהויבן פון ערב ראש השנה אריינשטעלדיג אברהם שלמה כ"ץ מיט כיבודים שונים במשך די הייליגע טעג, נגד רצון הציבור, און נאכמער נגד רצונם, ווען זיי אליינס ווילן דעם איד נישט האבן, און זיי נוצן איהם נאר צו פראקן אינעם ציבור, למען *התאווה הכבוד והשררה....*

במשך די הייליגע טעג ראש השנה געסטראשעט איינגעשטעלטע און אנדערע שוואכע מענטשן וואס האבן מורא פון זייער טעראר, פון צו גיין דאווענען אין זכרון מאיר, למען *התאווה הכבוד והשררה....*

געשטערט די דאווענען אין שיכון, דורך צונעמען זיצן אין ווייבער שול פאר זייערע נשים (הידועים בצניעותם) אויסגעצויגן די דאווענען ביז זייער שפעט טראץ דארט דאווענען עלטערע אידן און אידענעס, וואס קומען דאווענען אין שיכון ווייל דארט גייען אן די תפילות מיט א זמן קבוע (קאלט אן פרעגען די מתפללים הקבועים וועט איר באקומען די ריכטיגע בילד) אבער למען *התאווה הכבוד והשררה....*

יום הקדוש ווען די 'הנהלת הקהילה' האט ארויסגעדונגען א זאל ווי אלע יארן פארן ציבור ווי מ'דאווענט תפילת כל נדרי האבן זיי פון פריש געסטראשעט אנ"ש צו גיין דאווענען אין דעם זאל מיטן אויסרייד אז ווער ס'גייט אהין איז א מחוצף צו רבינו שליט"א, וואס איז א שקר מיסודו, נאך וואס רבינו שליט"א האט ממנה געווען א נייע הנהלה זאל פירן די קהילה, און פאר יחזקאל ראטער שמעקט דאס נישט גייט ער מיט דעם א.ד. ניגון, וואס טראץ אנ"ש קויפן דאס נישט אפ, האט מען מורא מנחת זרועם, און זיי גייט גארנישט אן און זיי ארבעטן פאר איין זאך - *התאווה הכבוד והשררה....*

*די הויפט רשעות איז אנגעקומען מוצאי יום הקדוש, ווען זיי האבן געמאלדן אז אויב מאכט מען א סעודת יו"ט אין בית מדרשינו אין שיכון "כמידי שנה בשנה" גייען זיי איינברעכן מיט שלעגערס* 

*אנ"ש האבן פארשטייט זיך געוואלט פראווען דעם סעודה כנהוג מיט א רואיגקייט, זענען בלית ברירה געגאנגען בעטן רשות פון די בעלי הזרוע אז כדאי ס'זאל נישט ווערן פארשטערט די סעודה מוצאי יום הקדוש וועלן מיר דאס מאכן אין היכל הישיבה, זיי האבן געגעבן דעם ok, גלייך מוצאי יום הקדוש ווען די עסקנים זענען געקומען צוגרייטן די סעודה האבן זיי געזעהן אז אלע טירן זענען צוגעשפארט, מ'האט געטרייט צו בעטן א שליסל אבער אין קול ואין עונה, באלד האבן די עסקנים צוגעגרייט די טישן און דעם בית מדרשינו עטרת זקנים הארט נעבן ישיבה, דא זענען ווייטער די בעלי הזרוע יחזקאל ראטער וכת דיליה געגאנגען און אויסגעלאשן די ערקענדישן ווען ס'זיצן דארט הונדערטער אידן בתוכם זקני הקהילה. די ציבור איז צושמאלצן געווארן אין די בני ברק'ע היצן (נישט פארגעסן נאכן פאסטן 26 שעה) אבער פאר יחזקאל וכת דילי גייט גארנישט אן אלעס למען התאווה הכבוד והשררה.....*

*_פארשטייצעך אז יחזקאל ראטטער וכת דילי זיצן נישט רוהיג אין זיי ווילן אויך חרוב מאכן די יו"ט סוכות האבן זיי שוין אין די טעג פארדינגען די סוכה הגדולה שעל ידי קהילתינו פאר קהילת סטריקוב (פרטים איבער די סוכה הגדולה וועלן נאכפאלגן)_.*

*אנ"ש איבער דער וועלט געדענקט! ווען איהר גיבט געלט פאר סיי וואס א קאסע וואס די געלט קומט אן צו יחזקאל ראטטער וכת דיליה, דערדריקט איהר אנ"ש אין בני ברק און איהר נעמט א חלק אין די שפיכת דמים דא אין קהילה הקדושה*

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.