דפים

יום שני, 5 באוגוסט 2019

ההתעללות של הסאטמארים בבני ברק

מאת סאטמארי

מוסדות יטב לב אין בני ברק מיט אירע מעשים טובים די לעצטע תקופה:

א. איינגעשפארט א קינד אין א צימער אליינס פאר די זינד אז זיין טאטע טראכט אנדערש.

ב. גענומען אן אויספלוג די בית רחל מיידלעך צו א ציונית'טישן מיליטערישע באזע.

ג. עסקני יטב לב זיצן וואכן אין טעג אין די ביורא'ס פון ציונית'טישע פאליציי אלעס למען הכבוד והשררה.

ד. דאס איז שוין נאך 20 יאר וואס זיי האבן אויסגערודעפט יעדן איינעם וואס טראכט אנדערש ווי זיי.

ה. אט די הנהלה וואס האט בידיים אוועקגעשטויסן יעדן איינעם וואס האט געוואלט ברענגען א שלום אינעם שיכון קרית יואל אין זיי האבן אלעס אוועק געווארפן כדי צו קענען וויינען און שרייען אז מ'רודפט זיי.

ו. אט די הנהלה וואס בויעט א איבעריגן בילדינג פארן בית רחל און ווארפט אריין אין גארביטש מיליאנען מיליאנען .... פאר די געלט וואס מ'שטעלט צוזאם פאר דעם בילדינג וואלט מען געקענט איבער בויען דעם בית מדרש אין שיכון די איצטיגע בנין הבית רחל (וואס גייט פיסטעווען נאך ווען מ'גייט אריין גיין אין די נייע. אויב מ'וועט...) די בנין הת"ת, און ס'זאל נאך בלייבן רווחחים אויף 10 יאר פאר יטב לב....

ז. אט די הנהלה וואס די אויסגערופענע חינוך שרייט איבער די גאנצע וועלט אלס די בעסטע און זענען זיך מסדר אן א וועד החינוך אין די מוסדות.

הנייר יכלו והם לא ארויס צוברענגען כמה מעלות טובות פאר אט די הנהלה וואס איז צוזאם געשטעלט פון 13 אומבאצלטע עסקנים כלשונם.

געדענקט אט די אלע אומבאצאלטע עסקנים באקומען חודשליך א פעטן געהאלט פון מוסדות יטב לב.

נעמט דאס אין חשבון.....

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.